זכרונות פֿון „די־פּי״־לאַגער

My Memories of the DP Camp

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 05, 2017, issue of March 29, 2017.

זייער ווייניק מענטשן הײַנט זײַנען באַקאַנט מיטן לעבן פֿון די „די־פּי״ לאַגערן און ווי דאָס לעבן איז דאָרט געפֿלאָסן פֿינף יאָר נאָכאַנאַנד.

זכרונות זײַנען אַמאָל געגליכן צו פֿײַער־פֿליגעלעך וואָס זשומען אין דער נאַכט און באַלײַכטן דעם וועג צום ציל און אַמאָל ווערן זיי פּלוצעם פֿאַרפֿאַלן ווי קיינמאָל גאָרנישט.

האָב איך זיך מיטאַמאָל דערמאָנט אין מײַנע קינדער־יאָרן אין אַ פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד גלײַך נאָכן קריג. מיר זײַנען געווען, דאַכט זיך, בערך אַ הונדערט קינדער אין אונדזער לאַגער פֿון טויזנט, אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע. יעדן פֿרימאָרגן פֿלעגט אָנקומען אַ לאַסט־אויטאָ און אונדז איבערפֿירן אין אַ צווייטן לאַגער וווּ עס האָט זיך געפֿונען אונדזער העברעיִשע שולע, „בית־ספֿר תרבות‟, וואָס געמיינט האָט עס די קולטור־שולע.

אין וואָס איז באַשטאַנען די קולטור? דער עיקר געבויט אויף די יסודות פֿון דער צוקונפֿטיקער מדינת־ישראלדיקער ציוניסטישער קולטור, וואָס מ’האָט ערשט באַדאַרפֿט צושנײַדן, צוזאַמענשטיקעווען און אויספֿלאַסטערן אין דמות פֿון אַ נײַ אויסגעבריטן נפֿש וואָס מ’וועט רופֿן „ישראלי‟.

ווער האָט צוגעשניטן און פֿון וועלכער אײער־שאָלעכץ האָט געדאַרפֿט עס אויסבריִען? שליחים וואָס זײַנען געקומען אין 1946 אין די ייִדישע פּליטים־לאַגערן פֿון פּאַלעסטינע, זיך אַרויפֿגעשאַרצט די אַרבל און גענומען קאָמאַנדעווען מיט אַ סדר־היום און וואָרענען אונדז קינדער: „אויב מיר וועלן אײַך פּאַקן רעדן אַ ייִדיש וואָרט, וועט מען אײַך באַשטראָפֿן.‟

מיר קינדער האָבן זיך אויסגעלאַכט און ווײַטער געפּלאַפּלט אויף אונדזער מאַמע־לשון, סײַ צווישן זיך און סײַ אין „בית־ספֿר תרבות‟. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס די שליחים האָבן נישט פֿאַרשטאַנען מיט וועמען זיי גייען דאָ צום טיש. מיר שול־קינדער אין עלטער פֿון נײַן ביז צוועלף, האָבן געזען דעם אונטערגאַנג, אַ סך פֿון זיי האָבן אָנגעוווירן אַ טאַטן, אַ מאַמען, ברידער אָדער שוועסטער. פֿון קיין באָבע־זיידן איז נישט געווען קיין רייד, כּמעט קיינער פֿון אונדז האָט נישט פֿאַרמאָגט אַזאַ אוצר.

אונדזער לאַגער אין אולם, דײַטשלאַנד האָט געציילט אַרום טויזנט נפֿשות, אַ דריטל פֿון זיי זײַנען געווען „בלאַטע חברה‟, אונטערוועלט־ייִדן, הייסט עס, ווײַל זיי זײַנען געווען ראַפֿינירט און געקענט גיכער זיך ראַטעווען ווי דאָס פּשוטע, ערלעכע פֿאָלק. זייערע קינדער זײַנען געגאַנגען צוזאַמען מיט אונדז אין „בית־ספֿר תרבות‟. זייער צוגאַנג צום לעבן איז געווען פֿרעמד פֿאַר אונדז יונגוואַרג וואָס זײַנען אַרויסגעקומען פֿון ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. זייער בלאַטע ייִדיש לשון איז געווען רוי און פּראָסט ווי אַ קאַרטאָפֿל, זייער הומאָר און געלעכטער האָט געשמעקט מיט איבערגעשטאַנען געקעכץ, ס’רובֿ פּליטים אין לאַגער האָבן זיך מיט זיי נישט געחבֿרט און זיך געהאַלטן פֿון זיי פֿון דער ווײַטנס.

האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז איינע פֿון זייערע טעכטער האָט זיך אַמאָל צוגעטשעפּעט צו מיר. זי איז געווען אין אונדזער עלטער, צווישן עלף און צוועלף, איינע פֿון צוויי שוועסטערלעך. זיי האָבן געהייסן אויפֿן פֿאַמיליע־נאָמען אַלבאַ, און די עלטערן האָט מען גערופֿן „די ראָגזשעס‟. איך האָב קיין אַנונג נישט געהאַט וואָס דאָס וואָרט ראָגזשע באַדײַט, ביז מיט יאָרן שפּעטער האָב איך אויסגעפֿונען אַז אַ ראָגזשע איז אַ שטיקל וואַרע וואָס מען לייגט פֿאַר דער טיר מיטן געדאַנק אַז איידער מ’טרעט אַריבער די שוועל אַרײַנצוגיין אין הויז, ווישט מען זיך אָפּ די שיך אין אַ ראָגזשע כּדי נישט אַרײַנצוברענגען קיין שמוץ אין שטוב אַרײַן.

האָט מען די משפּחה גערופֿן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען „די ראָגזשעס‟. מסתּמא האָבן די בלאַטע זיך גערופֿן בײַ אַזעלכע צונעמענישן צוליב זייער אָנהאַלט אין דער וועלט פֿון פֿאַר דער מלחמה. נישט וויכטיק, וויכטיק איז אַז איינע פֿון זיי, אַ מיידל פֿון אַ יאָר צוועלף, האָט זיך אָנגעניגלט אין מיר און געוואָלט מיר דערציילן אין וואָס באַשטייט איר לעבן נישט נאָר אין לאַגער נאָר אויסערן לאַגער אויך. מיר קינדער האָבן זיך אַ סך מאָל געטיילט מיט אונדזערע איבערלעבונגען אין צײַט פֿון קריג; ווי עס זאָל נישט זײַן האָט עס געמוזט איבערלאָזן אין אונדז שפּורן פֿון שרעק. וואָס אַן אמת האָב איך אין לאַגער געהאַט אַ נאָענטע חברטע, אין מײַן עלטער, חיהלע האָט זי געהייסן, פֿלעגט זי טאָג און נאַכט מיך מוטשען מיט איר פּלאַן צו באַגיין זעלבסטמאָרד, אָפּטאָן דעם טאַטן וועלכער האָט איר צו פֿינף יאָר אָפּגעטאָן אויף טערקיש און גלײַך נאָך איר מאַמעס טויט חתונה געהאַט מיט עפּעס אַ ליטווישער ייִדענע און געוואָרן אַ טאַטע פֿון אַ ייִנגעלע, די קרוין פֿון דעם הויזגעזינד. און איך פֿלעג איר אויסרעדן כּסדר אַז אַזאַ שריט וועט מיט זיך ברענגען נאָך אַ גרעסערן אומגליק. מיר זײַנען דעמאָלט אַלט געווען צען־עלף יאָר.

צוריק צו די ראָגזשעס. איך געדענק צומאָל נישט ראָגזשעס ערשטן נאָמען, דער פֿאַמיליע־נאָמען איז געווען אַלבאַ. אויפֿן פּנים איז דאָס מיידל געווען פֿאַרשוואַרצט, און די הויט אויף איר פּנים ווי האַרטער לעדער. זי פֿלעגט מיך אַוועקנעמען אין אַ זײַט און דערציילן וואָס זי מיט דער שוועסטער טוען אין די סוף־וואָכן. איך בין טאַקע געווען אַ נײַגעריק קינד, האָב איך צוגעלייגט אַן אויער בעת זי האָט מיר דערציילט:

„די פֿאַרשטײַסט!‟ פֿלעגט זי מיך אַוועקנעמען אין אַ זײַט, „ווען ס’קומט דער שבת און זונטיק, קימט אַ מאַשין מיך און מײַן שוועסטער נעמען אונדז אַוועקפֿירן ווײַט אַוועק, אין דער מאַשין פֿלעגן אַלעמאָל זיצן פֿרעמדע מענטשן וועלכע האָבן זיך געשושקעט צווישן זיך שטילערהייט מיר זאָלן נישט הערן. די מאַשין פֿלעגט זיך אָפּשטעלן ערגעץ בײַ אַ וועלדל און אונדז אַלע אַרויסלאָזן. דעמאָלט האָב איך מיט מײַן שוועסטער גענומען פֿירן די מענטשן דורך אַ וועלדל, פֿון וועלדל דורך אַ טײַכל, אַריבער ס’טײַכל, אַ בערגל, אַריבער דאָס בערגל האָט מען זיך אָפּגעשטעלט. מיר האָבן געפֿירט די מענטשן שבת און זונטיק איבער דער גרענעץ אַמאָל קיין עסטרײַך און אַמאָל איבער דער גרענעץ קיין פֿראַנקרײַך, נאַכער האָט מען זיך אומגעקערט אַהיים אין דער זעלבער מאַשין וואָס האָט געוואַרט אויף אונדז. טאַטע־מאַמע האָבן געקריגן באַצאָלט אַן אפּוטיקא, אונדז געגעבן אַ פֿײַג, און אַלץ וואָס כ’קען דיר זאָגן איז אַז דער טאַטע האָט אונדז אויסגעלערנט די מלאכה.‟

איך בין אַלעמאָל געזעסן פֿאַרטראַכט און זיך פֿאָרגעשטעלט ווי זיי פֿירן אויס די עקספּעדיציע און האָבן נישט קיין מורא. זייערע ריסן זײַנען געווען דיקע, די הענט מיט די פֿיס האָבן מיך דערמאָנט אין דעמבעס, די אויגן ליידיק מיט אַ גלײַכגילטיקן גלאַנץ.

אַז דער לאַסט־אויטאָ האָט אונדז טעגלעך געפֿירט אין בית־ספֿר תרבות, פֿלעגן די ראָגזשעס‘ טאַטע־מאַמע זיך צומאָל אַרויפֿכאַפּן און זידלען איינער דעם צווייטן ביז מ’האָט דערזען פֿויסטן. מיר, קינדער האָבן זיך אָפּגערוקט אין אַ זײַט און געזעסן שטילינקערהייט ווי די טשוטשעלעך, מורא געהאַט צוצוקוקן זיך.

דאָס זײַנען געווען אונדזערע בלאַטע אונטערוועלטניקעס פֿון די וואַרשעווער גנבֿים און באַנדיטן, וועלכע האָבן זיך געקענט גוט אַן עצה געבן אין אונדזער שוידערלעכער תּקופֿה. אָבער נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, זײַנען מיר קינדער געוואַקסן סקראָמנע און באַשיידן. מיר האָבן שטאַרק ליב געהאַט צו זינגען רוסישע, פּוילישע, ייִדישע און העברעיִשע לידער. וואָס אַן אמת האָב איך פֿאַרשריבן אַ יעדעס ליד וואָס מיר האָבן געזונגען און געברענגט מײַן לידער־אַלבאָם מיט זיך קיין אַמעריקע. אַ קאָפּיע דערפֿון פֿאַרמאָגט דער „האָלאָקאָסט מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן. איך בין מסתּמא געווען דאָס איינציקע קינד וואָס האָט באַוויזן דאָס צו דערשלעפּן ביז אַמעריקע.

איך וועל אויסקלײַבן בלויז איין ייִדיש ליד, אײַך מהנה זײַן. דאָס ליד הייסט „צען וואַגאָנען ׳אונרראַ׳‟ (U.N.R.R.A. — United Nations Relief and Rehabilitation Organization) וועלכע איז געווען פֿאַרנומען מיט העלפֿן די שארית־הפּליטה אין די לאַגערן נאָכן קריג.

צען וואַגאָנען ׳אונרראַ׳

צען וואַגאָנען ׳אונרראַ׳
פֿירט אונדז די אײַזנבאַן,
די נאַכט איז געוועזן טונקל,
איז נאָר געבליבן נײַן.

נײַן וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
מיט גוטע זאַכן אַ סך,
איז איינער פֿאַרפֿאָרן אויף לינקס,
איז נאָר געבליבן אַכט.

צען וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
מיט זאַכן וואָס אַלע ליבן,
געוועזן אַ שטאַרקער ווינט,
איז געבליבן זיבן.

זיבן וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
מיט באַקליידונג, קאַווע און קעקס (peanut butter)
געפֿירט זיי דורך וויסטע וועלדער,
איז נאָר געבליבן זעקס.

זעקס וואַגאָנען ׳אונרראַ׳ —
געשיקט אונדז פֿון אַרגענטינע,
האָט איינער אין וועג פֿאַרבלאָנדזשעט,
איז נאָר געבליבן פֿינעף.

פֿינעף וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
מיט ווײַן אָן אַ שיעור,
איז געווען אַ קאַטאַסטראָפֿע,
איז געבליבן פֿיר.

פֿיר וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
מיט פּושקעס אַלערלײַ,
בײַם אויסמײַדן אַ טונעל,
איז נאָר געבליבן דרײַ.

דרײַ וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
פֿאַר פּליטים זייער פֿײַן,
פֿאָרנדיק דורך אַ בערזע,
איז נאָר געבליבן צווײַ.

צווײַ וואַגאָנען ׳אונרראַ׳,
דער צוטײַל בלײַבט אַ קלײנער,
גענעכטיקט אויף אַ ראַמפּע,
צו מאָרגנס איז געשטאַנען אײנער.

אײן וואַגאָן פֿון ׳אונרראַ׳,
די מענטשן לוסטיק, פֿריידיק,
ווען מ’האָט דעם וואַגאָן געעפֿנט,
איז ער נעבעך געוועזן לײדיק.