פּיעסע שילדערט דראַמאַטיש לעבן פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

Play Portrays Dramatic Life of Kadya Molodowsky

זשעראַר אלון

פֿון לייבל רויטמאַן

Published March 12, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַלע געשעענישן ווערן אויסגעשטעלט אין דער פּיעסע נישט לויטן כראָנאָלאָגישן סדר, נאָר דערשײַנען ווי אַן אויפֿפֿלאַקער פֿון מענטשלעכן זכּרון, וואָס לויט מײַן מיינונג באַרײַכערט די פּיעסע גופֿא. דער יסוד פֿון דער פּיעסע איז די מעשׂה וועגן קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס און איר מאַנס עליה.

דאָ דאַרף מען באַצייכענען די געראָטענע אַרבעט פֿונעם קינסטלער אדם קלר און דעם ליכט-קינסטלער מיכאל טשערניאַווסקין, וואָס האָבן מצליח געווען מיט די סאַמע מינימאַלסטע מיטלען צו פֿאַרוואַנדלען די בינע אין פֿאַרשיידענע געאָגראַפֿישע צענטערס פֿון ייִדיש-לעבן אין כּלערליי תּקופֿות: קיִעוו בעת דעם בירגער-קריג; די ייִדישע וואַרשע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן; ניו-יאָרק, ווען זי איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט ייִדישע פּליטים, און מדינת-ישׂראל במשך פֿון דער צנע-תּקופֿה (די יאָרן פֿון אײַנצאַמונג). די ראָלע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי שפּילט אַ באַרימטע ישׂראלדיקע אַטקריסע, ליאורה ריוולין.

נישט צום ערשטן מאָל באַשעפֿטיקט ”ייִדישפּיל“ באַרימטע ישׂראלדיקע אַקטיאָרן, וואָס האָבן מער אָדער ווייניקער אַ באַציִונג צו ייִדיש (געהערט דאָס לשון אין דער היים, גערעדט מיט באָבע-זיידע און אַזוי ווײַטער) און ווײַזן אַרויס אַ פֿעיִקייט און דערפֿאַרונג זיך אויסצולערנען דעם אומבאַקאַנטן טעקסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס קאָן צוציִען אַ נײַעם עולם און שאַפֿן אַ גוטן שם פֿאַרן טעאַטער.

מיט ליאורה ריוולין איז אַ ביסל אַנדערש. זי האָט אַליין זיך אָנגעבאָטן אויף אַזאַ איניציאַטיוו צו שפּילן אויף ייִדיש לזכר איר ייִדישער היים פֿונעם אַלטן ייִשובֿ אין ירושלים, אין אָנדענק פֿון איר באָבע רבֿקהן, אַ געקומענע פֿון אײַנגעוואָרצלטע ירושלימער חרידים, און די טאַטע-מאַמע, וואָס האָבן תּמיד גערעדט צווישן זיך ייִדיש. מען קען זאָגן, אַז בסך־הכּל איז איר אויפֿגאַבע זיך אײַנגעגעבן. קודם־כּל, איז צונוץ געקומען איר טאַלאַנט פֿון פּאַראָדיע. מן־הסתּם, האָט זי זיך צוגעהערט צו קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס קול דורך די טאַשמעס, רעקאָרדירטע אין די לעצטע יאָרן פֿון איר לעבן, און האָט עס זייער גוט נאָכגעמאַכט. אויסער דעם, איז איר שילדערונג פֿון קאַדיען אַ מאָל אַ לירישע, אַ מאָל אַ שטײַפֿע, אַ מאָל אַ פֿאַרצווייפֿלטע, פּונקט ווי יעדע פּערזענלעכקייט פֿון אַזאַ באַנעם.

צום באַדויערן קען איך דאָס ניט זאָגן וועגן די אַנדערע קלאַסיקער, וואָס ווערן געשילדערט אין דער פּיעסע. די געשטאַלט פֿון דוד בערגעלסאָן איז געווען בלאַס און אָן קאָליר; באַשעוויס-זינגער זעט אויס ווי אַן אויסגעבלאָזענער, פֿאַרליבט אין זיך, און נתן אַלתרמאַן דרייט זיך תּמיד צווישן די קאַפֿע-טישלעך שיכּור ווי לוט.

און דאָס וויכטיקסטע — איז די שפּראַך. ס’איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז אין אַזאַ פֿאָרשטעלונג דאַרף מען אָפּגעבן אַ באַזונדערן אויפֿמערקדעם שפּראַך-ענין, ווײַל עס גייט אין די וויכטיקסטע געשטאַלטן פֿון אונדזער נאַציאָנאַלער קולטור. אָבער דאָס מאָל האָט די אויפֿפֿירונג באַשלאָסן זיך צו באַגיין אָן אַ שפּראַך-קאָנסולטאַנט. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל די אמתע פֿעיִקייטן פֿון די יונגע אַקטיאָרן האָט מען יאָ געקאָנט זען, ווען זיי רעציטירן באַרימטע לידער פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקין אין דער העברעיִשער איבערזעצונג. פּונקט ווי אין קאַדיעס באַרימט ליד ”עפֿנט דעם טויער“, האָט זיך אַנטפּלעקט דער טאַלאַנט פֿון די אַקטיאָרן ווען זיי זענען אין אַ קורצן מאָמענט אַריבער צו העברעיִש, און זיך באַלד פֿאַרמאַכט מיט זייער צוריקקומען צום פֿאַרקריפּלטן ייִדיש, פֿול מיט גרײַזן און לאַפּסוסן.

אין דעם פּרט וואָלט איך געוואָלט באַמערקן דאָס שפּילן פֿון רונית אשרי, אַ יונגע ישׂראלדיקע אַקטריסע, וואָס שפּילט שוין פֿיל יאָרן אין ”ייִדישפּיל“. בדרך־כּלל, ווײַזט זי זיך אַרויס מיט איר מוזיקאַלישקייט און בייגעוודיקייט, און אַ מאָל מיט אַ גראָטעסק פֿון אַ קאָמישער אַקטריסע. אין דער פּיעסע ”אין ישׂראל און צוריק“ האָט זי געשפּילט אַן ערנסטע דראַמאַטישע ראָלע פֿון פּנינה האַלפּערין — קאַדיעס לערערין אין פּעדאַגאָגישן סעמינאַר אין אָדעס, דער אַלמנה פֿון איינעם פֿון די ערשטע העברעיִשע פּעדאַגאָגן און גרינדער פֿון העברעיִשע קינדער-גאָרטנס, דעם דיכטער און שרײַבער יחיאל האַלפּערין. איר פּנינה איז אַ שטײַפֿע דאַמע, וואָס שטייט פֿעסטיק אויפֿן כּלל ”יהודי, דבר עברית!“ אָן קיין שום קאָמפּראָמיסן, און אַ מאָל גייט זי צו ווײַט אין איר גלות-אָפּווײַטערונג ווען זי זאָגט זיך אָפּ צו דערמאָנען און לערנען מיט די ישׂראלדיקע קינדער וועגן חורבן.

אָט שטייען זיי איינע אַנטקעגן דער אַנדערער, צוויי ייִדישע פֿרויען מיט אַ בשותּפֿותדיקן עבֿר אין אָדעס, אָבער דאָ אין ארץ-ישׂראל געפֿינען זיי זיך אויף קעגנזײַטיקע פּאָזיציעס. קאַדיע רעדט ייִדיש, פּנינה ענטפֿערט אויף העברעיִש. אין דעם פּרט איז רונית אשרי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם גאַנצן מצבֿ אין ”ייִדישפּיל“. זי האָט גאָר פֿעיִק געשפּילט אויף איר מוטערשפּראַך און האָט אַנטדעקט איר פּראָפֿעסיאָנעלע פֿעיִקייט צו שפּילן ערנסטע דראַמאַטישע ראָלעס. איך בין זיכער, אַז ס׳רובֿ פֿון די יונגע ”ייִדישפּיל“-אַקטיאָרן געפֿינען זיך אינעם זעלבן צושטאַנד.

פֿאַר וואָס זשע איז אַזוי שווער זיך אויסצולערנען ייִדיש — דער וויכטיקסטער אַרבעט־געצײַג פֿון זייער שעפֿערישקייט און פּרנסה? לאָמיר האָפֿן, אַז ס׳וועט פֿאָרקומען אַ נס און איינער פֿון די אַקטיאָרן וועט די שורות פֿון דעם אַרטיקל טאַקע איבערלייענען.