פּרשת כּי־תשׂא, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Ki Siso, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 16, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין דער אמתן, ווי עס דערקלערן אונדז די חז״ל, האָבן די שאַפֿער פֿונעם גאָלדענעם קאַלב באַגנבֿעט די פֿרויען, אַרויסרײַסנדיק בײַ זיי די גאָלדענע רינגלעך פֿון די אויערן. שפּעטער האָבן די געצן־דינער אָנגעהויבן טאַנצן צוזאַמען אַרום זייער געץ, אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ פּאַראָדיע אויפֿן אמתן אַחדות און גלײַכקייט.

נאָכן דערציילן, ווי אַזוי די זילבערנע מטבעות האָבן געדינט ווי אַ מיטל צו פֿאַראייניקן די מענטשן און אַרויפֿברענגען זייערע נשמות צו רוחניות, וואָרנט אונדז די תּורה, אַז נישט אַלע מאָל איז דאָס אויבערפֿלעכלעכע אַחדות אַ גוטע זאַך. אַדרבה, צוליב דעם חטא־עגל־הזהבֿ האָבן די ייִדן מער נישט געקאָנט דינען דעם באַשעפֿער אויפֿן גאָר הויכן אופֿן, וואָס די ערשטע לוחות האָבן רעפּרעזענטירט. ווי עס ווערט באַטאָנט אין קבלה־ספֿרים, וועלן מיר ווידער דערגרייכן אַזאַ הויכע מדרגה נאָר אין משיחס צײַטן.

די לימודים פֿון די צוויי היפּוכדיקע בײַשפּילן מיטן עכטן און פֿאַלשן אַחדות איז גרינג צו פֿאַרשטיין, הגם אַחוץ דעם דערמאָנטן פּשוטן סאָציאַלן באַדײַט שטעקן אין ביידע מעשׂיות טיפֿע סודות־התּורה. פֿאַרוואָס האָבן אָבער ייִדן בכלל אָפּגעטאָן אַזאַ אויסטערלישע עבֿירה? די חז״ל זאָגן, אַז דער שׂטן האָט פֿאַרפֿירט אַ טייל ייִדן און זיי איבערגעצײַגט, אַז משה רבינו איז טויט. ס׳איז אָבער נאָך אַלץ שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די געצן־דינער זענען אַזוי גיך און טיף געפֿאַלן. ס׳איז דאָך געשען גלײַך נאָך דער געטלעכער אַנטפּלעקונג בעת דער מתּן־תּורה, ווען יעדער ייִד האָט דערהערט דאָס קול פֿונעם אייבערשטן און אויף אַ ווײַל געוואָרן אַ שטיקל נבֿיא.

בלויז אַ קליינע צאָל יחידים האָבן באַטראַכט דעם גאָלדענעם קאַלב ווי אַן עכטע עבֿודה־זרה. די אַנדערע באַטייליקטע אינעם חטא האָבן בלויז מיטגעטאַנצט אָדער נישט קריטיקירט, ווי געהעריק, די עכטע געצן־דינער און זייערע מיטטענצער.

דער נבֿיא יחזקאל האָט דערזען פֿיר חיות־הקודש — מיסטישע פֿיגורן — אין זײַן נבֿואה. די דאָזיקע פֿיגורן זענען מרמז אויף פֿיר פֿאַרשיידענע דרכים אין עבֿודת־השם. איינער פֿון די „הייליקע חיות‟, דער אָקס, רעפּרעזענטירט דעם חיצוניותדיקן, אויסערלעכן און מעכאַנישן אַספּעקט פֿון דער תּורה. אַפֿילו די, וואָס האָבן זיך ממש געבוקט צום גאָלדענעם קאַלב, האָבן לאַוו־דווקא געמיינט אַ בוכשטעבלעכן אָפּגאָט. די קלאַסישע מפֿרשים באַטאָנען, אַז דער עגל־הזהבֿ האָט בײַ זיי געדינט בלויז ווי אַ סימבאָל פֿונעם פֿאַרגרעבטן „אָקסישן‟ וועג צום געטלעכקייט. ווי באַלד זיי האָבן געשטעלט דעם טראָפּ בלויז אויפֿן חיצוניות און פֿאַרקוקט דאָס פּנימיות־התּורה, האָט אַזאַ צוגאַנג פֿאַרוואַנדלט די עבֿודת־השם גופֿא אין אַן עבֿודה־זרה, אין אַ פֿאַרגליווערטן קולט.

אין די הײַנטיקע ייִדישע קהילות זאַמלט מען כּסדר צדקה־געלט אויף פֿאַרשיידענע צוועקן. ליציטאַציעס יעדן יום־טובֿ און אַפֿילו יעדן שבת זענען געוואָרן אַן אָנגענומענע פּראָצעדור אַפֿילו אין די שטרענגסטע חסידישע סבֿיבֿות, הגם נישט אַלע באַקאַנטע פּוסקים פֿון אַמאָל זענען געווען צופֿרידן מיט אַזאַ פּראַקטיק. ווען אַנשטאָט דעם צוועק טראַכט מען וועגן געלט און כּבֿוד פֿון די עשירים, קאָן מען צוקומען, חלילה, סכּנותדיק נאָענט צום חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב. דאָס דאַוונען ווערט, נעבעך, פֿאַרגרעבט און פֿאַרשניטן צוליב ליציטאַציעס און דיסקוסיעס וועגן געלט־זאַכן. דערצו, מוז מען גוט באַטראַכטן דעם עצם־צוועק און פֿון וואַנען עס נעמען זיך די נדבֿות.

בקיצור, ווען מע פֿאַרנעמט זיך מיט קהילה־ענינים טאָר מען נישט איבערצוחזרן, חלילה, דעם אַלטן אויסטערלישן חטא. כּדי צו פֿאַרוואַנדלען די וועלט אין אַ גרויסן משכּן, אַ הייליק אָרט פֿון שכינה־אַנטפּלעקונג, דאַרף מען שטרעבן אַלצדינג טאָן יושרדיק און לשם־שמים.