אַן אָפּערע וועגן אַ ייִדישן שרײַבער, אָבער פֿאַר וואָס אין קובע?

An Opera About a Yiddish Writer, But Why in Cuba?

Courtesy of Ruth Behar

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 30, 2017, issue of March 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

„אין קובע ווייסט יעדער איינער די געשיכטע ווי אַזוי מע האָט אומגעבראַכט האַטואיי,‟ האָט לאָנדאָן געזאָגט. „פֿאַר זײַן עקזעקוציע האָבן די שפּאַניער אים דערקלערט, אַז אויב ער נעמט אָן יעזוסן ווי זײַן גאָט וועט ער אַרײַן אין שמיים. האָט ער געפֿרעגט, צי עס גייען אויך אַרויף אין הימל די ווײַסע קריסטן. ווען זיי האָבן אים געזאָגט אַז יאָ, האָט ער דערקלערט, אַז ער וויל בעסער גיין צום אַנדערן אָרט. אין פּענס נוסח שטייט געשריבן, אַז ער ווערט פֿאַרברענט אויפֿן שײַטער וויסנדיק, אַז ער וועט ניט זײַן דער לעצטער צו שטאַרבן לטובֿת דער פֿרײַהײט. ס׳איז ממש פּערפֿעקט פֿאַר אַן אָפּערע!‟

ווי אַזוי קומט עס, אַז אַן עפּישע פּאָעמע וועגן אַן אינדיאַנער פֿירער, וואָס ווערט באַ­טראַכט אין קובע ווי אַ נאַציאָנאַלער העלד און פּראָטאָ־רעוואָלוציאָנער, איז אַמאָל בכלל אָנ­געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש? מײַקל פּאַזניק, דער איידעם פֿון אָשר פּען, האָט דערקלערט אין אַ שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז פּענס טראַגישע קינדהייט אין אוקראַיִנע, ווי אויך דער שווערער פּאָליטישער מצבֿ אין קובע אין די 1930ער יאָרן, האָבן אים אינספּירירט אָנצושרײַבן „האַטואיי‟.

אַ געבוירענער אינעם אוקראַיִנישן שטעטל גײַסין אין 1912, איז דער יונגער אָסקאַר פּיניס (זײַן נאָמען האָט ער געביטן אויף אָשר פּען ערשט נאָכן באַזעצן זיך אין אַמעריקע) אויפֿגעוואַקסן אין דער ביטערער עפּאָכע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה.

„די קאָזאַקן פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנ­קומען אין זײַן שטעטל און פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען און באַרויבן די ייִדן,‟ האָט איבערגעגעבן מײַקל פּאַזניק. „ער האָט איינמאָל געזען ווי מע האָט פֿאַרגוואַלדיקט און דערמאָרדעט אַ מיידל, וואָס איז געווען איינע פֿון זײַנע נאָענסטע פֿרײַנד‟. די קאָזאַקן האָבן בײַ איר אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ און אים געטראָגן איבער די גאַסן אויף אַ שפּיז.

נאָך דער טראַגעדיע האָבן אָסקאַרס עלטערן באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן אוקראַיִנע. די משפּחה איז געפֿאָרן מיט אַ פֿערד און וואָגן אַזש קיין ראָטערדאַם, פֿון וואַנען זיי האָבן געהאָפֿט צו פֿאָרן קיין אַמעריקע. די רײַזע האָט געדויערט דרײַ יאָר און ביז וואַנען זיי זענען אָנגעקומען אין ראָטערדאַם האָט מען שוין געהאַט פֿאַרשפּאַרט די טויערן צו דער גאָלדענער מדינה. האָט די משפּחה באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין קובע, וווּ זיי האָבן געלאַנדעט אין 1924, ווען אָסקאַר איז געווען 12 יאָר אַלט.

„אין קובע האָט ער זיך פֿאַרליבט סײַ אינעם ייִדישן טעאַטער, סײַ אין דער געשיכטע פֿון האַטואיי,‟ האָט פּאַזניק געזאָגט. „צו 24 יאָר האָט ער אָנגעשריבן זײַן פּאָעמע ווי אַן אופֿן אָפּצוגעבן כּבֿוד זײַן נײַעם היימלאַנד, וואָס איז בײַ אים געווען אַ מקום־מיקלט. צו דער זעלביקער צײַט, אָבער, האָט דער רעזשים פֿונעם דיקטאַטאָר כעראַדאָ מוטשאַדאָ געשאָכטן מענטשן אין די גאַסן — סטודענטן, אַרבעטער, פּאָליטישע אַק­טי­וויסטן — און ס׳האָט זיך צונויפֿגעוועבט אין זײַן מוח מיט דער געשיכטע פֿון האַטואיי. ס׳איז דאָ אינעם ווערק אַ פֿאָדעם צווישן דעם קאַמף קעגן דער אונטערדריקונג און דעם בענקעניש נאָך פֿרײַהייט.‟