לידער געזונגען פּרעכטיק , און „אָן רעש‟

Songs Performed Beautifully, And "Without Noise"

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 31, 2017, issue of April 27, 2017.

ווען איך האָב געאַרבעט אינעם ייִוואָ־אַרכיוו אין די 1980ער יאָרן און געזען וואָס פֿאַר אַ פֿאָלקלאָר־אוצרות ליגן דאָרטן, האָב איך זיך זייער דערפֿרייט און געטראַכט — ס’וועט אַזוי גוט זײַן ווען די אַלע מאַטעריאַלן וועלן פֿאַרענטפֿערט ווערן, און מוזיקער און סתּם ייִדיש־ליבהאָבערס וועלן געניסן. אַ נאַיִווער בין איך געווען און געמיינט, אַז אָט־אָט וועט דאָס געשען.

ערשט איצט, מער ווי 30 יאָר שפּעטער, האָט די טעכנאָלאָגיע אַ רוק פֿאָרויס געטאָן און טיילן פֿון די אוצרות ווערן דיגיטאַליזירט און אַרויסגעגעבן אויף דער אינטערנעץ פֿאַר דער גאַנצער וועלט. דאָס קאָמפּאַקטל „ירושה” פֿון עלעאָנאָר ביעזונסקי איז אַ רעזולטאַט פֿונעם נײַעם אינטערעס אין די אַלטע אוצרות.

ביעזונסקי איז געוואָרן אַן אָנפֿירנדיקער כּוח אין דער ייִדישער קלעזמער־ און פֿאָלקסליד־סבֿיבֿה סײַ אין איר היימשטאָט פּאַריז, סײַ אין איר נײַער היים ניו־יאָרק. אַ פֿאָלקישע פֿאָלקזינגערין מיט אַן אויסדריקלעך קול האָט זי איין פֿוס אין דער אַקאַדעמישער און פֿאָרשערישער וועלט, און איין פֿוס אין דער וועלט פֿון מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג. הײַנט אַרבעט זי אין ייִוואָס קלאַנגאַרכיוו צוזאַמען מיטן הויפּט־קלאַנג־אַרכיוויסט לאָרין סקלאַמבערג. דאָרטן געפֿינט זי זיך בײַם סאַמע צענטער פֿון דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער מוזיק, און האָט צוטריט צו טויזנטער לידער און קלעזמער־ניגונים.

אין ניו־יאָרק און פֿראַנקרײַך באַטייליקט זיך עלעאָנאָר ביעזונסקי אין פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן — די גרופּע „שפּילקס”, „די שטעטל סטאַמפּערס” — אָבער די נײַע רעקאָרדירונג וואָס איז אַרויס אין 2016 פֿונעם “Les Editions de l’IEMJ” איז מער פֿאָלקיש ווי די אַנדערע, כאָטש אַלע אירע קאָמפּאַקטלעך שטעלן מיט זיך פֿאָר פֿאָלקמוזיק און נישט קיין אַנדערע מינים מוזיק.

דער בראשות פֿון „ירושה” האָט זײַנע וואָרצלען אין אַ קלאַס אָפּגעגעבן די לידער אין רות רובינס זאַמלונג אין ייִוואָ, אָנגעפֿירט פֿון לאָרין סקלאַמבערג. מע קען אַפֿילו באַטראַכטן „ירושה” ווי אַ לויבגעזאַנג רות רובינען און איר זאַמל־אַרבעט. נאָך דעם ווי עלעאָנאָר ביעזונסקי האָט זיך פֿאַרטיפֿט אין די לידער אין רובינס אַרכיוו האָט זי צוזאַמענגענומען עטלעכע פֿײַנע מוזיקער אין פּאַריז און דאָרטן די לידער און ניגונים אַראַנזשירט און רעקאָרדירט. עס איז אַרויס איינע פֿון די בעסטע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער אין די לעצטע עטלעכע יאָרן.

מע קען הערן נישט בלויז פֿאָלקסלידער אויף „ירושה”, נאָר אויך קלעזמער־שטיקלעך, וואָס זי האָט זיך אויסגעלערנט פֿון אירע לערערס און חבֿרים — אַ וואָלעך, אַ סקאָטשנע, אַ רעדל און אַ שער. עס נעמען אָנטייל: פּיאָטר אָדרעכיווסקי אויפֿן אַקאָרדיאָן, סטעווען האַריסאָן אויפֿן באַס, מישעל שיק אויפֿן קלאַרנעט און פֿלייט און אויפֿן פֿידל און געזאַנג — עלעאָנאָר ביעזונסקי.

אין רות רובינס זאַמלונג זינגען די זינגערס וואָס זי האָט רעקאָרדירט אָן קיין שום באַגלייטונג, און דאָס איז געווען דער טראַדיציאָנעלער סטיל פֿון פֿאָלקסגעזאַנג אינעם שטעטל. ווען אַ זינגער האָט נישט קיין באַגלייטונג האָט ער, אָדער זי, מער פֿרײַהייט זיך אויסצודריקן, ווײַל מע דאַרף זיך נישט האַלטן בײַ אַ רעגולערן ריטעם און טאַקט. אָבער דעם ברייטערן עולם קען מען הײַנט נישט פֿאַרקויפֿן קיין קאָמפּאַקטל פֿון בלויז געזאַנג אָן קיין שום אינסטרומענטאַלער באַגלייטונג. דאַרף מען מאַכן אַ פּשרה, און איך האַלט, אַז עלעאָנאָר ביעזונסקי האָט מצליח געווען אין דעם, בפֿרט מיט די מער פּאַמעלעכע לידער.

לשמל, אינעם ליד „אוי, שטיל און רויִק” (אין רות רובינס אַרכיוו, ווערט דאָס געזונגען פֿונעם פּרעכטיקן זינגער האַרי אַרי פֿון מאָנטרעאַל), שפּילן די מוזיקער שטיל אָן קיין „רעש”. אַזוי אַרום האָבן די ווערטער מער „וואָג”. דאָס זעלבע איז אמת וועגן דעם ליד „וואָס שלאָפֿט איר?” און „יונה הנבֿיא” — אַ זעלטן ליד אויף ייִדיש וועגן דער תּנכישער פֿיגור.

יונה הנבֿיא איז פֿון גאָט אַנטלאָפֿן.
ער האָט נישט געוואָלט קיין שליחות גיין.
אויף דער שיף האָט עס אים געטראָפֿן,
ווען די שיף האָט אָנגעהויבן אונטערגיין.

ביעזונסקי האָט ליב, זעט אויס, אויך לידער פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט, און אויף „ירושה” זינגט זי אַ ליד „פֿון מײַן מאַמעניו” וועגן דער ווײַסער שקלאַפֿערײַ אין בוענאָס־אײַרעס, און דאָס גנבֿים־ליד „איך האָב נישט קיין שאַנדע” (נישט גנבֿנען נאָר נעמען). פֿאַרן ברייטערן עולם וועלן די אַלע לידער זײַן עפּעס נײַס און מאַכן אַ רושם ווי אַן אויפֿדעקונג פֿון אונדזערע פֿאָלקלאָרישע אוצרות.

עלעאָנאָר ביעזונסקיס פֿאָרשונג און רעקאָרדירונג טאַפּט אָן אין אַ וואַקסנדיקער דערשײַנונג — אַן אינטערעס צו די אַלטע רעקאָרדירונגען פֿון פֿאָלקסלידער וואָס ליגן אין אַרכיוון איבער דער וועלט. טייל זינגערס טײַטשן אויס די לידער פֿאַר אַ נײַעם דור אויף אַ פֿאָלקישן אופֿן, נאָענטער צום שורש, ווי ביעזונסקי. אַנדערע ניצן די אַלטע מאַטעריאַלן אויף אַ מער מאָדערנעם, עקספּערימענטאַלן אופֿן ווי דער „וואַקס — ייִדישע שטימען”־פּראָיעקט, געשאַפֿן פֿון אינגע מאַנדאָס אין מינכן. זי ניצט אויס די אַלטע פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון סאָפֿיע מגיד און משה בערעגאָווסקי. אַזוי צי אַזוי, וועט „ירושה” [Yerushe] פֿאַרנעמען אַ חשובֿ אָרט צווישן די בעסטע נײַע ייִדישע קאָמפּאַקטעלעך.

מע קען זען און הערן דאָס ליד “מיידעלעך און ווײַבעלעך” בײַ דער וועבזײַט: