פּרשת צו, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Tzav, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 06, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די נוסחאָות פֿונעם „לשם־ייִחוד‟ זענען אָנגעלאָדן מיט טיפֿע מיסטישע ענינים; כּדי זיי צו פֿאַרשטיין ווי געהעריק, מוז מען האָבן אַ ממשותדיקע השׂגה אין קבלה. די חסידישע צדיקים דערקלערן אָבער דעם דאָזיקן ענין אויף מער פּשוטע פֿאַרשטענדלעכע אופֿנים. אין זײַן באַקאַנטן תּפֿילה־ניגון „דודעלע‟, זינגט רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער: „וווּ קען איך דיך יאָ געפֿינען, און וווּ קען איך דיך נישט געפֿינען?”. מיר ווייסן, אַז דער אייבערשטער געפֿינט זיך איבעראַל, אָבער מיר זענען מסוגל, געוויינטלעך, בלויז צו דערפֿילן צום בעסטן אַ שוואַכע אָפּשפּיגלונג פֿון זײַן ליכט.

מע קאָן זאָגן, אַז דער קרבן־פּסח רעפּרעזענטירט דעם „נאָענטן‟ אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, וואָס אַנטפּלעקט זיך אין דער גשמיותדיקער וועלט, אינעם מענטשלעכן צוזאַמען־לעבן און אין היימישע משפּחה־טראַדיציעס. אין די קבלה־ספֿרים שטייט געשריבן, אַז די מצות זענען „מיכלא דמהימנותא‟ — דער מאכל פֿון אמונה. מיר הייבן אויף די מצות פֿון דער קערה און ווײַזן, כּדי אַפֿילו אַ קליין קינד זאָל פֿאַרשטיין: זעט, דאָס איז אַ שטיק פֿון אונדזער אמונה, וואָס מיר נעמען הײַנט אין די הענט און עסן דערפֿון לשם־מיצווה.

להיפּוך, קאָן מען זאָגן, אַז דער קרבן־עולה רעפּרעזענטירט, ווי ווײַט מיר בלײַבן פֿונעם רבונו־של־עולם. בײַ אַ טייל סאַטמאַרער און אַנדערע חסידים איז פֿאַראַן אַ מינהג צו זינגען נאָכן סדר דעם אונגערישן ניגון Szól a kakas már („עס קרייט שוין דער האָן”) פֿונעם קאַלעווער רבין. מע דערציילט, אַז דער רבי האָט דערהערט דאָס דאָזיקע ליד פֿון אַ פּויער און פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, אַז אַזאַ ניגון פֿלעגן די לוויים זינגען אינעם בית־המיקדש. אינעם ליד גייט אַ רייד וועגן אַ שיין פֿייגעלע, וואָס פֿליט הויך אינעם הימל, נישט צו דערגרייכן. מסתּמא, האָט דער פּויער געמיינט זײַן געליבטע, אָבער דער צדיק האָט אָפּגעטײַטש די ווערטער ווי אַ רמז אויף דער שכינה־הקדושה. אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז די שכינה האָט זיך פֿאָרט אַנטפּלעקט דורך אַ צופֿעליקן פּשוטן מענטש און דערמאָנט דעם רבין, אַז די אמתע געטלעכקייט בלײַבט גאָר ווײַט פֿון אונדז.

אָט דאָס גופֿא איז דער פּאַראַדאָקס פֿונעם „לשם־ייִחוד‟: ווען מיר דערשפּירן אַ ביסל רוחניות, פֿאַרשטייען מיר, אַז מיר בלײַבן נאָך אין אַ טיפֿן חושך. און פֿאַרקערט, ווען מיר טראַכטן אַפֿילו וועגן אַזעלכע פֿינצטערע צײַטן, ווי דער חורבן, דערמאָנען מיר זיך, אַז די צדיקים, וועלכע האָבן איבערגעלעבט אַזאַ חושך, האָבן ווײַטער באַזונגען די שכינה און באַנומען די וועלט ווי אַ גרויסע געטלעכע אַנטפּלעקונג.

דער נאָמען פֿון דער איצטיקער סדרה, „צו‟, איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „מיצווה‟, אויסגעלייגט ווי „מצוה‟ לויטן געוויינטלעכן לשון־קודשדיקן דיקדוק. אין תּנ״ך טרעפֿט זיך שוין אַ פּאָר מאָל דער אוראַלטער שיפֿער „אַתּב״ש‟, לויט וועלכן דער אַלף־בית ווערט געלייענט אויף קאַפּויער: פֿונעם „אַלף‟ ווערט אַ „תּוו‟, פֿונעם „בית‟ — אַ „שין”, און אַזוי ווײַטער. אויב מע טײַטשט אָפּ די ערשטע צוויי אותיות פֿונעם וואָרט „מצוה‟ אויף אַזאַ שטייגער, באַקומט זיך דעם באַשעפֿערס נאָמען: דעם „מם‟ ווערט אַ „יוד‟, און דער „צדיק‟ — אַ „הא‟. לויטן זעלבן שיפֿער קאָן מען אויך אָפּטײַטשן דעם נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווי אַ מין באַהאַלטענעם „לשם־ייִחוד‟.

דער אייבערשטער איז מרמז אין זײַן רייד צו משה רבינו, אַז דער קרבן־עולה סימבאָליזירט דעם ווײַטן, אומפֿאַרשטענדלעכן אַספּעקט פֿונעם געטלעכן ליכט. כּדי צו אַנטדעקן דעם אות „הא‟ פֿונעם הייליקן שם־השם אינעם נאָמען פֿון אונדזער פּרשה, מוז מען „צעברעכן‟ דאָס נאָרמאַלע לשון־קודשדיקע וואָרט לויט אַ מיסטישן קאָד. כּדי פּטור צו ווערן פֿון גראָבע און שלעכטע געדאַנקען, מוז מען זיי צומאָל אויסברענען, ווילנדיק דערבײַ אַליין ווערן אַ קרבן־עולה און האָפֿנדיק זיך אַרויסצורײַסן אינגאַנצן פֿון די עולם־הזהדיקע ראַמען. דער דאָזיקער אַספּעקט פֿון עבֿודת־השם שטעקט אויך אין די מצות און פּסחדיקע מינהגים בכלל. די מצה איז דאָך אַ פּשוטער האַלב־אויסגעברענטער מין „ברויט פֿון אָרעמשאַפֿט‟. דער צענטראַלער טייל פֿונעם קומענדיקן יום־טובֿ רעפּרעזענטירט אויף אַ חנעוודיקן אופֿן, ווי אינעם גשמיותדיקן פּשטות ווערט אַנטפּלעקט דער „ברען” פֿונעם געטלעכן ליכט.