פֿלאָרידע: אַ שמאַלצגרוב פֿון מענער? (קאַפּיטל 2)

Florida: A Gold Mine for Women (Chapter II)

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published April 06, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 4 טע זײַט פֿון 7)

דער אויטאָ זײַנער איז נישט געווען צום ריינסטן, נישט אַזוי ברודיק ווי קויטיק. איידער איך האָב זיך אַוועקגעזעצט האָט ער אַוועקגעלייגט אויף מײַן געזעס אַ האַנטוך און צוגעגעבן: „צו פֿיל שטויב.“

„עס זעט אויס ווי דו וואָלטסט דורכגעפֿאָרן אַ מידבר און פֿאַרגעסן צו פֿאַרמאַכן דעם פֿענצטער,“ האָב איך געזאָגט. 

„נישט פֿאַרגעסן, נאָר די לופֿטקילונג איז בײַ מיר צעבראָכן, האָב איך געמוזט לאָזן אָפֿן דעם פֿענצטער.‟

נאָך עטלעכע בלאָק האָב איך אים געפֿרעגט ווי מ׳קען דעם פֿענצטער אַ ביסל פֿאַרמאַכן ווײַל דער ווינט צעפֿלאָשעט מיר די האָר. האָט ער זיך פֿאַררייטלט און געזאָגט, אַז מע קען דעם פֿענצטער נישט פֿאַרמאַכן ווײַל דאָס קנעפּל איז אויך צעבראָכן. כ׳האָב געגעבן אַ קוועטש מיט די אַקסלען און געטראַכט, יאָ צעשויבערט, נישט צעשויבערט, וואָס אַרט מיך? איך בין הונגעריק.

מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר זייער אַ שיינעם כינעזישן רעסטאָראַן. זייער פֿײַן, האָב איך געטראַכט. דאָס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס איך וועל עסן כינעזיש עסן אויף איבערבײַסן. טיי איז נישקשה אויף אַ ניכטערן מאָגן.

ווען איך בין געזעסן אַנטקעגן אים האָב איך עפּעס מאָדנע געזען. „סענדער, וואָס זע איך? דיר פֿעלט אַ לינדז אין די ברילן? האָסטו נישט קיין אַנדער פּאָר ברילן?“ 

„יאָ,“ האָט ער געענטפֿערט, „אָבער בײַ די אַנדערע ברילן פֿעלט אַ האַלאָבליע און זיי זיצן קרום אויף דער נאָז, איז שווער צו זען.“

„דו ביסט געפֿאָרן אַהער אַנדערטהאַלבן שעה און האָסט נאָר געקענט זען דורך איין לינדז? רבונו־של־עולם, וועסט אַזוי מוזן פֿאָרן צוריק אויך?“ האָב איך געפֿרעגט, אַ באַזאָרגטע. „אוי אַ בראָך!“

און איך האָב געפֿילט ווי דער בויך הייבט זיך מיר אָן צו דרייען.

„זאָרג זיך נישט. איך קען זען. איך קען זען גוט גענוג.“

אין רעסטאָראַן האָט די קעלנערין געברענגט צוויי מעניוען צום טיש. איך האָב איינעם גענומען אין דער האַנט און דעם צווייטן אים געגעבן. ער האָט געטאָן אַ קוק, באַלד צוגעמאַכט דעם מעניו און מיר געהייסן באַשטעלן וואָס איך וויל. כ׳האָב גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז די ווערטער זענען געווען צו קליין פֿאַר אים צו לייענען. כ׳האָב אויך פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט ליידיקע קעשענעס, האָב איך אים געזאָגט, אַז מיר הונגערט זיך נישט זייער און אפֿשר אַנשטאָט צוויי הויפּטגעריכטן זאָלן מיר נאָר באַשטעלן צוויי פֿאָרשפּײַזן. כ׳האָב זיך אַ ביסל אַרומגעקוקט צו זען וואָס מע ברענגט אַנדערע צום טיש און געזען אַז מיט די פֿאָרשפּײַזן גיט מען אַ גאַנצע קופּע רײַז. איז שוין געווען גוט. איך האָב באַשטעלט עפּעס מיט פֿלייש און עפּעס מיט געפּרעגלטע גרינסן. ווען דאָס עסן איז געקומען האָבן די אויגן בײַ אים געשײַנט ווי פֿאָנאַרן. און איך האָב זיך דערפֿרייט ווײַל כ׳האָב געזען אַז דער געוועזענער מיליאָנער מײַנער איז אויסגעהונגערט.