„אָרט‟־תּלמידים שטעלן פֿאָר „זאָג ניט קיינמאָל‟

ORT Students Perform "Zog Nit Keynmol"

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 26, 2017, issue of April 27, 2017.

לכּבֿוד „יום־השואה‟ האָט די שולנעץ „אָרט‟ אַרויסגעלאָזט אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַטל אַ ווידעאָ, אין וועלכן תּלמידים פֿון נײַן פֿאַרשידענע „אָרט‟־שולן אין מיזרח־אייראָפּע שטעלן פֿאָר הירש גליקס פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟ אויף ייִדיש, העברעיִש און רוסיש.

די שולן האָבן באַשלאָסן צו לערנען זייערע תּלמידים הירש גליקס באַרימט ליד אַ דאַנק אַ נײַער איניציאַטיוו פֿון אַ דרום־אַפֿריקאַנער ייִד, אלי ראַבינאָוויטש, וואָס האָט זיך געוואָנדן צו די „אָרט‟־שולן מיט אַ פֿירלייג, אַז מע זאָל דאָס ליד אַרײַננעמען אינעם לערנפּלאַן. אַחוצן לערנען דאָס ליד גופֿא האָט מען אויך דערקלערט די תּלמידים וועגן זײַן היסטאָרישן קאָנטעקסט און זיי געלערנט דעם טעקסט אויף זייער לאַנדשפּראַך.

אינעם ווידעאָ זעט מען ווי גרופּעס יונגע תּלמידים אין אַדעס, קיִעוו, קאַזאַן (רוסלאַנד), קישענעוו, ווילנע, טאַלין (עסטלאַנד) און מאָסקווע שטעלן פֿאָר דאָס ליד. צוזאַמען מיט די „אָרט‟־שולן אין מיזרח־אייראָפּע נעמען אויך אָנטייל אין דער איניציאַטיוו אַ צאָל ייִדישע שולן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט שולן אין אויסטראַליע, דרום־אַפֿריקע און צפֿון־אַמעריקע. אַ קינדערכאָר אין דרום־אַפֿריקע, למשל, האָט בשעת איין קלאַס זיך גלײַכצײַטיק אויסגעלערנט דאָס ליד צוזאַמען מיט קלאַסן אין פֿינף ייִדישע שולן אין דער ליטע, מאָלדאַווע און אוקראַיִנע.

די „אָרט‟־שולן זענען געגרינדעט געוואָרן אין 1880 אין פּעטערסבורג כּדי אויסצולערנען ייִדישע קינדער פֿאַרשידענע מלאָכות. הײַנט לערנען זיך מער ווי 120,000 תּלמידים אין „אָרט‟־שולן איבער דער וועלט. כאָטש די לערנשפּראַך פֿאַר די „אָרט‟־שולן איז לכתּחילה געווען רוסיש, האָבן צווישן ביידע וועלט־מלחמות עקזיסטירט צענדליקער „אָרט‟־שולן אין פּוילן און אין דער ליטע, וווּ די לערנשפּראַך איז געווען ייִדיש. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע לערנט ניט הײַנט ייִדיש ווי אַ לימוד אין קיין „אָרט‟־שול אין מיזרח־אייראָפּע, לערנט מען אין געוויסע שולן יאָ די תּלמידים צו זינגען ייִדישע לידער.