פּרשת תזריע־מצורע, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Tazria-Metzora, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 27, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אויב אַזוי, איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס די פֿרויען־פֿיזיאָלאָגיע ווערט אַסאָציִיִרט מיט טומאה. יעדעס מאָל, ווען אַ פֿרוי גייט אין מיקווה נאָך איר ווסתּ, מיינט עס, אַז זי האָט פֿאַרלוירן די פּאָטענציעלע מעגלעכקייט צו ווערן אַ מאַמע. ווען זי האָט אָבער יאָ אַ קינד, מיינט עס, אַז זי האָט אַראָפּגעבראַכט אַן אַנדער מענטשלעכע נשמה פֿון גן־עדן אינעם שווערן עולם־הזהדיק לעבן. אַזוי צי אַזוי, שטעקט אינעם מענטשלעכן לעבן אַלעמאָל אַ מעטאַפֿיזישע טראַגעדיע, דווקא צוליב דער באַזונדערער מעלה פֿון מאַמעס. ווען מע האָט אַ מיידל, ווערט די טומאה נאָך גרעסער און לענגער, ווײַל מע ברענגט אין דער וועלט אַ נײַע קומענדיקע מאַמע, וואָס וועט ווײַטער „אַראָפּשלעפּן‟ די נשמות פֿונעם ליכטיקן גן־עדן אין דער פֿינצטערניש פֿון אונדזער וועלט. די פֿעיִקייט צו ברענגען נײַע מענטשלעכע לעבנס ווערט, אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, באַגלייט מיט אַן עקסיסטענציעלער טראַגעדיע.

ווי אַן אַנדער אינטערעסאַנטן בײַשפּיל פֿונעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס, קאָן מען דערמאָנען דעם מינהג פֿון צעברעכן אַ טעלער בײַ די תּנאָים און אַ גלאָז — אין געוויסע קהילות, אַרײַנגערעכנט ליובאַוויטש — בײַ דער חתונה. על־פּי פּשט, טוט מען עס, כּדי נישט צו פֿאַרגעסן דעם חורבן־בית־המיקדש אַפֿילו אינעם גליקלעכסטן מאָמענט פֿונעם לעבן. למעשׂה זעען מיר אָבער, אַז בײַם צעברעכן דאָס גלאָז ווערט דער עולם בשׂימחה און ווינטשט „מזל־טובֿ‟. ווי עס שטייט געשריבן אין ספֿרי־חסידות און ווי מע זינגט אין אַ באַקאַנטן ליובאַוויטשער ניגון, שרײַט די נשמה ביטער „ווײַ־ווײַ־ווײַ‟, ווען זי ווערט פֿאַרשיקט פֿון הימל אין אונדזער וועלט. פֿונדעסטוועגן, זענען מיר דווקא אין דער גשמיותדיקער וועלט מסוגל צו דערטאַפּן דאָס עצם־געלטעכקייט. די נשמה איז מסכּים אַראָפּצוגיין, ווײַל זי ווייסט, אַז נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן און נסיונות קאָן זי צוקומען צו העכערע מדרגות, וואָס זענען אין דער ריין־רוחניותדיקער וועלט נישט צוטריטלעך. נאָר אין אונדזער וועלט קאָנען מיר אָנכאַפּן אַ מיצווה, אַ שטיקל געטלעכקייט, ממש מיט די הענט.

די חז״ל גיבן איבער, אַז ווען דער בית־המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, איז שוין געבוירן געוואָרן משיח. צי מע זאָל עס אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך, צי נישט, מיינט עס, אַז אינעם חורבן באַהאַלט זיך אַ קערנדל פֿון דער קומענדיקער גאולה. דערפֿאַר, קאָן מען זאָגן, ווינטשט דער עולם „מזל־טובֿ‟, ווען מע צעברעכט דאָס גלאָז. די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז דאָס גלות איז נישט בלויז אַ שטראָף, נאָר גאָר אַ הויכע שליחות. ווען די ייִדן וואָלטן נישט געזינדיקט, וואָלט זיי דער רבונו־של־עולם אויך צעשפּרייט איבער דער וועלט, אָבער ווי בכּבֿודיקע רוחניותדיקע מענטשן. צוליב די עבֿירות האָט זיך אָבער אַנשטאָט אַזאַ בכּבֿודיקער „אינטערנאַציאָנאַלער מיסיע‟ באַקומען אַ ביטער גלות. ווי געזאָגט, שטעקט אין דער שׂימחה פֿון האָבן קינדער אַ טראַגישער פּאַראַדאָקס. להיפּוך, איז דער חורבן־בית־המיקדש געוואָרן אַ סימן פֿון דער קומענדיקער גאולה.

אַלע גשמיותדיקע ענינים אין דער תּורה זענען מרמז אויף גײַסטיקע פּרינציפּן. אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער פֿראַזע „אשה כּי תזריע וילדה זכר‟ — אויב אַ פֿרוי וועט זיך מאַכן טראָגעדיק, וועט זי האָבן אַ זון‟. וויאַזוי קאָן אַ פֿרוי זיך אַליין מאַכן טראָגעדיק, און וואָס האָט עס צו טאָן מיטן געשלעכט פֿון איר קינד? די חסידישע דענקער זענען מסביר, אַז די דאָזיקע ווערטער זענען מרמז אויף דער היפּוכדיקער נאַטור פֿון דער וועלט, וואָס אַנטוויקלט זיך צוליב דעם באַלאַנס פֿון קעגנזײַטיקע כּוחות. כּדי צו שאַפֿן די וועלט, האָט דער אייבערשטער זיך, כּבֿיכול, מצמצם געווען — אויסבאַהאַלטן זײַן ליכט. דאָס, וואָס מיר לעבן בכלל איז זיכער אַ גרויסער חסד, אָבער ס׳איז אויך אַ רעזולטאַט פֿון דער געטלעכער גבֿורה. ווען דער באַשעפֿער וואָלט זיך פֿון אונדז נישט אויסבאַהאַלטן, וואָלטן מיר נישט געקאָנט עקסיסטירן.

ווען די הייליקע שכינה „מאַכט זיך טראָגעדיק‟, אינעם מעטאַפֿיזישן זינען, ברענגענדיק די פּירות פֿון געטלעכער השׂגה, אַנטדעקן מיר דאָס געטלעכע ליכט אין זיך און אַרום זיך דווקא צוליב דעם, וואָס מיר זענען גאָר ווײַט פֿונעם רבונו־של־עולם. אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאַרגעסענעם שטענדיק ליכטיקן מצבֿ פֿון אונדזערע נשמות אין גן־עדן, קאָן אַפֿילו אַ ביסל ליכט דורכנעמען אונדזער גאַנצן וועזן מיטן געטלעכן התלהבֿות. דווקא נאָכן זיצן אין חושך קאָנען מיר אָפּשאַצן ליכטיקייט ווי געהעריק. דערפֿאַר זענען די גליקלעכסטע מאָמענטן פֿונעם האָבן קינדער אַסאָציִיִרט אין דער תּורה מיט טומאה; חושך און ליכטיקייט זענען טיף צונויפֿגעפֿלאָכטן אין אונדזער לעבן — אַבי מיר זאָלן אַלעמאָל קאָנען אַרויסקלעטערן צום ליכט.