פּרשת אַחרי־קדושים, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Acharei-Kedoshim, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 04, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די מיצווה פֿון „ואָהבֿתּ לרעך כּמוך‟ איז שווער מקיים צו זײַן, ווײַל ווײַט נישט אַלע מענטשן אַרום אונדז זענען סימפּאַטישע גוטע פּערזענלעכקייטן. אין די קלאַסישע מוסר־ספֿרים און בפֿרט אין די ווערק פֿון די חסידישע צדיקים געפֿינען מיר פֿאַרשיידענע עצות, וואָס קאָנען אונדז העלפֿן זיך אויסצולערנען ליב האָבן אַלעמען.

על־פּי פּשט, דערקלערן די חז״ל, אַז דאָס וואָרט „רעך‟ איז נאָר חל פֿאַר די, וואָס זענען אויך מקיים די מיצוות; מע מוז נישט ליב האָבן די רשעים. ווער איז אָבער אַ רשע? אַ מחלל־שבת, אַ גנבֿ, אַ בעל־לשון־הרע? אין דער תּורה ווערן איבערגעציילט אַ סך פֿאַרשיידענע מיצוות און עבֿירות. פֿאַרוואָס זאָל מען פֿײַנט האָבן עמעצן, וואָס פֿירט זיך מענטשלעך און איידל מיט די אַנדערע, אָבער געפֿינט זיך אין „אָנגעשטרענגטע‟ באַציִונגען מיטן רבונו־של־עולם? וואָס זאָל מען טאָן, ווען עצעמער הייבט אָן גנבֿענען צוליב זײַן נעבעכדיקן פֿינאַנציעלן מצבֿ? דעם באַגנבֿעטן איז שווער מוחל צו זײַן דעם פֿאַרברעכער, אָבער אַ זײַטיקער מענטש קאָן אים פֿאַרשטיין. און וואָס זאָל מען טאָן מיט אַ מענטש, וואָס פֿירט, בדרך־כּלל, גאָר אַ פֿרום לעבן, אָבער כּסדר טרײַבט לשון־הרע? צומאָל טרעפֿן זיך אַזעלכע פּאַרשוינען, וואָס גלייבן, אַז דווקא צוליב פֿרומע צוועקן מעגן זיי טרײַבן רכילות — כּלומשרט, כּדי צו וואָרענען די קהילה וועגן עמעצנס שוואַכקייטן און חסרונות, וכּדומה. אינעם רעאַלן לעבן, שטעלט יעדער מענטש מיט זיך פֿאָר אַ גאַנצע באַזונדערע וועלט, מיט אייגענע מעלות און חסרונות. אינעם שטרענגן זין איז שווער בכלל צו געפֿינען אַ „נאָענטן‟ אינעם רוחניותדיקן אָדער פּסיכאָלאָגישן זין.

די מקובלים און חסידישע צדיקים באַטאָנען אָבער, אַז כּדי זיך צו דערנענטערן צום באַשעפֿער און אַנטפּלעקן זײַן געטלעכע ליכט, מוזן מיר ליב האָבן אַלע סאָרטן מענטשן: פֿרומע און נישט-פֿרומע, נאָענטע און ווײַטע, ייִדן און נישט־ייִדן. דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, דערציילט אין זײַנע זכרונות, אַז דאָס שטעטל ליובאַוויטש האָט באַקומען אַזאַ נאָמען, פֿאַרבונדן מיטן וואָרט „ליבע‟, צוליב דעם לעגענדאַרן גרינדער פֿונעם דאָזיקן אָרט, ר׳ מאיר, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אַן אומבאַגרענעצטע ליבשאַפֿט צו אַלע באַשעפֿענישן, אַפֿילו ווילדע חיות און פֿייגעלעך.

על־פּי חסידות, מוז מען זיך אויסלערנען צו צעטיילן אין זינען דעם מענטש אַליין, די עצם־נשמה, און זײַנע אויבערפֿלעכלעכע שוואַכקייטן און שלעכטע מעשׂים, וואָס מע דאַרף שטרעבן דן צו זײַן לכל־זכות. דערצו, ווען מע זעט שלעכטס אין אַנדערע מענטשן, איז עס אַ סימן, אַז מע מוז, קודם־כּל, זיך אַליין פֿאַרבעסערן. אַ גוטער מענטש זעט נישט קיין חסרונות אין אַנדערע, און ממילא קאָן ער זיי ליב האָבן. ביסלעכווײַז, ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנגער און ערנסטער עבֿודה, קומט מען צו צום מקיים זײַן די מיצווה „ואָהבֿתּ לרעך כּמוך‟ ווי געהעריק.

אַזוי צי אַזוי, איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז כּדי אויסצואַרבעטן אינעם האַרצן די מידה פֿון אמתער ליבשאַפֿט צום צווייטן, מוז מען דערגרייכן דעם דערמאָנטן אינערלעכן באַלאַנס. אַ מענטש, וואָס פֿליט אַרום אַלעמאָל אין הימל און פֿאַרנעמט זיך מיט גרויס התפּעלות מיט הויכע עבֿודות, קאָן פֿאַרזען די מעלות פֿון אַ פּשוטן בשׂר־ודם. הגם מיר זענען ווײַט פֿון נדבֿ און אַבֿיהואס הויכער מדרגה, קאָן דאָס „הימלישע פֿײַער‟ פֿאַרבלענדן אונדזערע אויגן און אָפּבריִען די אַרומיקע מענטשן. די התפּעלות־געפֿילן זענען אַפֿילו צומאָל אַ פֿאַרפֿירעכץ פֿונעם יצר־הרע, וואָס רעדט דעם מענטש אײַן, אַז ער איז אַ גרויסער עובֿד־השם און דער אַרומיקער עולם — בלויז „שוואַכע מענטשעלעך‟. אַזאַ געפֿיל קאָן גורם זײַן עכטע עבֿירות און קאָנפֿליקטן, שוין אָפּגערעדט פֿונעם דינען ווי אַ „בלאָק‟ אויפֿן וועג צו דער מיצווה „ואָהבֿתּ‟.

דאָס פֿאַרקערטע געפֿיל פֿון אייגענער נישטיקייט איז אַן אַנדער באַקאַנט פֿאַרפֿירעכץ פֿונעם יצר. הגם אונדזערע חכמים, בפֿרט די חסידישע צדיקים, שטעלן דעם טראָפּ אויף דער מידת־הענווה, מיינט עס נישט, חלילה, אַז מע זאָל אויף זיך קוקן ווי אויף אַ שטיק בלאָטע, וואָס קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט יענעם שׂעיר־לעזאָזל. אַדרבה, די מרה־שחורה נעמט אָפּ די כּוחות און קאָן טאַקע פֿאַרוואַנדלען דעם מענטש אין אַן „אָפּגעשלאָגענער הושענא‟, וואָס פֿאַרגעסט אין עבֿודת־השם און איז נישט מסוגל, צוליב דעם ביטערן אינערלעכן מצבֿ, צו קוקן אויף די אַרומיקע מענטשן מיט ליבשאַפֿט און סימפּאַטיע. פּונקט אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון „הימל־פֿליִענדיקע‟ עובֿדי־השם, קאָנען די דערשלאָגנקייט און דאָס נישטיקייט־געפֿיל גורם זײַן עכטע עבֿירות.

כּדי אויסצומײַדן די פּאַסטקעס פֿון ביידע היפּוכדיקע טעותים, דאַרף יעדער יחיד אויך אויסאַרבעטן אַ ליבשאַפֿט צו זײַן אייגענער קאָמפּליצירטער סתּירותדיקער נאַטור. דעם „שוואַכן מענטש‟ אין זיך, פֿאַרזונקען אין יצר־הרע, מוז מען אויך בעצם ליב האָבן, כּדי אַרויסצוקריכן פֿונעם גײַסיקן מידבר, און נישט אַראָפּפֿאַלן, ווי דער שׂעיר־לעזאָזל. די „פֿליִענדיקע‟ מאָמענטן קאָנען דווקא העלפֿן „אַרויסצושלעפּן‟ די שוואַכע זײַט פֿונעם אינערלעכן גלות. אַזוי צי אַזוי, זענען די היפּוכדיקע ענינים אין דער פּרשה מרמז, אַז פּונקט ווי די אַרומיקע וועלט, איז יעדער יחיד אַ גאַנצע קאָמפּליצירטע וועלט. הגם מיר דאַכט זיך אַמאָל, אַז מיר האָבן פֿײַנט אַ געוויסן אַספּעקט פֿון זיך אַליין, איז וויכטיק צו געדענקען, אַז נישט געקוקט אויף די אינערלעכע סתּירות זענען מיר פֿאָרט שלימותדיקע געטלעכע באַשעפֿענישן.