אַ גרויסער מנין בײַם „יענקיס‟־מאַטש

An Overflow Minyan at the Yankees Game

Courtesy of Samuel Weiss

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 05, 2017, issue of May 26, 2017.

שוין לאַנג באַמערקט מען אַז דווקא די „יענקיס‟ פֿון די בראָנקס, און ניט די „מעטס‟ פֿון קווינס, איז די פּאָפּולערסטע בייסבאָל־מאַנשאַפֿט בײַ די פֿרומע ייִדן. די סיבות דערפֿאַר זענען ניט אין גאַנצן קלאָר אָבער די ייִדישע אָנהענגער פֿון בייבסאָל ווייסן שוין, אַז בײַ אַ מאַטש פֿון די יענקיס וועט מען זען אַ סך ייִדן מיט יאַרמלקעס, און אַפֿילו אַמאָל חרדישע ייִדן מיט לאַנגע קאַפּאָטעס.

ניט קיין חידוש, דערפֿאַר, וואָס בײַ די „יענקיס‟־מאַטשן אין בראָנקס טרעפֿט זיך רעגלמעסיק אַ מנין וואָס דאַוונט מעריבֿ בײַ דער בודקע וווּ מע פֿאַרקויפֿט כּשרע וווּרשטלעך בשעת דער הפֿסקה אינעם זיבעטן „אינינג‟. אָט קען מען זען אַ ווידעאָ פֿונעם „יענקיס־מנין‟.

אַזוי ווי אַ סך זאַכן אין אַמעריקע בכלל, און אין ניו־יאָרק בפֿרט, איז הײַנט אַ סך טײַערער צו זען אַ בייסבאָל־מאַטש ווי אַמאָל. די סאַמע ביליקסטע בילעטן פֿאַר אַ „יענקיס‟־שפּיל קאָסטן אַרום $20 (און דאָרטן מוז מען שטיין די גאַנצע צײַט); צום ווייניקטסן $200 פֿאַר גוטע זיץ־ערטער, און אַרום $400 דאָלאַר פֿאַר די בעסטע. אַ מאָל קען מען אָבער אַרײַנכאַפּן אַ מציאה. די קרעדיט־קאַרטל־פֿירמע „מאַסטערקאַרד‟ ספּאָנסירט לשם פּירסום ספּעציעלע אָוונטן, אויף וועלכע מע קען באַקומען אַ בילעט פֿאַר בלויז $5.

עס זעט אויס אַז די פֿרומע ייִדן זענען גרויסע אָנהענגער פֿון אָט דער מציאה. שמואל ווײַס, אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד וואָס גייט אויף אַ סך „יענקיס‟־מאַטשן, האָט לעצטנס באַמערקט אַז דער מנין איז דעם 3טן מײַ געווען אַ סך גרעסער ווי געוויינטלעך. „איך וויל ניט צעפּויקן קיין סטערעאָטיפּן,‟ האָט ער געשריבן אויף „פֿייסבוק‟. „אָבער ס׳איז געווען אַ פֿינף־דאָלאַרדיקער אָוונט און אַרום הונדערט מענטשן זענען געקומען אויף מעריבֿ‟.

דאָס דאַוונען האָט, אַ פּנים, ניט געהאָלפֿן די „יענקיס‟. זי האָט פֿאַרשפּילט קעגן די טאָראָנטער „בלו־דזשייס‟ 8־6.