אַ בענקעניש נאָך ייִדיש אין בוענאָס־אײַרעס

Longing for Yiddish in Buenos Aires

Wikimedia Commons

פֿון דניאל גלאַי

Published May 12, 2017, issue of May 26, 2017.

מײַן באַזוך אין בוענאָס־אײַרעס איז געווען אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט זיך צו באַטייליקן אין צוויי משּפּחה־סדרים, וועלכע זענען פֿאָרגעקומען בײַ מײַנע קוזינעס. אויפֿן ערשטן סדר בין איך געזעסן לעבן מײַנער אַ מומע, אַ 92־יעריקע, וואָס איז די אײנציקע וואָס לעבט נאָך פֿונעם דור פֿון אונדזערע עלטערן, פֿעטערס און מומעס פֿון אַ פֿאַרצווײַגטער משפּחה וועלכע האָט אַרײַנגעוואַנדערט קיין אַרגענטינע צום סוף פֿון די צוואַנציקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט.

די מומע פֿאַני, אַזוי הייסט זי, איז בײַ די גאָר נאָענטע ברידער און שוועסטער געווען פֿאַררעכנט ווי אַ „צוגעקומענע‟. דערצו איז זי געווען אַן אַרגענטינע־געבוירענע, גוט באַהערשט שפּאַניש, אַ שפּראַך וועלכע איז ניט געווען פֿליסיק בײַ די אַנדערע משפּחה־מיטגלידער, ייִדיש־רעדנערס. כ׳געדענק ניט, אַז זי זאָל אַ מאָל האָבן אַרויסגערעדט אַ ייִדיש וואָרט אויף אַזעלכע באַגעגענישן… און פּלוצעם האָט זי מיר דערציילט פֿיל פּרטים וועגן אירע עלטערן און זיידע־באָבע, דורכגעפֿלאָכטן מיט ייִדיש, און זי האָט זיך אַפֿילו דערמאָנט און איבערגעחזרט אייניקע תּפֿילות אין אַשכּנזישן נוסח וואָס זי פֿלעגט הערן אין איר קינדהייט. אומגלייבלעך! מײַן קוזינע וועלכע איז געזעסן אַנטקעגן מיר, בײַם זעלבן טיש, איז אויך געווען אַנטציקט פֿון דער רעוועלאַציע.

דניאל גלאַיס 92־יאָריקע מומע פֿעני
דניאל גלאַיס 92־יאָריקע מומע פֿעני

ס’איז קלאָר, אַז די מומע האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט מיך צו זען און אפֿשר איז עס אויך אַן אָפֿטע דערשײַנונונג, וואָס אין טיפֿן עלטער שווימען אַרויף געוויסן ווערטער און געשעענישן וועלכע זענען געווען פֿאַרבאַהאַלטן אין די טיפֿענישן פֿון זכּרון. יעדן פֿאַלס, מײַן קוזינע און איך האָבן זיך איבערגעקוקט, גענאָסן און באַוווּנדערט אָט די נאָווינע, ווי אַזוי ייִדישע זאַצן און תּפֿילות זענען פּלוצעם אַרויסגעקומען פֿון דער מומע פֿאַניס ליפּן.

די זעלבע בענקשאַפֿט צו מאַמע־לשון האָב איך באַמערקט בײַם לייענען דאָס בוך „פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק‟ פֿונעם שרײַבער ריקאַרדאָ פֿעיערסטיין, וווּ ער ווידמעט אַ גאַנצן קאַפּיטל דער ייִדישער שפּראַך. ער שרײַבט דאָרטן, אַז פּונקט ווי ער איז אויסגעוואַקסן געקניפּט און געבונדן מיט טאַנגאָ־מעלאָדיעס און דער פּאָעזיע פֿון אָט דעם טיפּישן אַרגענטינעם רעפּערטואַר, הגם זײַנע פֿיס זענען ניט מסוגל צו טאַנצן טאַנגאָ, אַזוי געשעט בײַ אים איצט אויך מיט ייִדיש. „עפּעס ענלעכס — שרײַבט ער — געשעט מיט מיין צעגאַנגענעם ייִדיש: עס בלײַבן נאָר די אַקאָרדן פֿון אַ משפּחה־טיש, די ייִדישע ראַדיאָ־שעה יעדן זונטיק אין דער פֿרי, די וויצן, מיאוסע ווערטער און קללות, וואָס די קוזינעס פֿלעגן זיך אויסטוישן צווישן זיך. הייַנט־צו־טאָג קאָן איך קוים צונויפֿבינדן עטלעכע ייִדישע ווערטער, ווען איך דערמאָן זיך ווידער די ייִדישע אויסדרוקן פֿון מײַנע קינדעריאָרן, ווי כ’וואָלט געווען אַ מאָדערנער ׳טאַרזאַן׳ וואָס האָט זײַן לשון פֿאַרגעסן.‟

דער קאַפּיטל איז בײַ מיר געווען אַ גרויסער סורפּריז. אין לעבן וואָלט איך זיך ניט פֿאָרגעשטעלט אַז דער באַקאַנטער הויך־געשעצטער ליטעראַט, פּאָעט און נאָוועליסט בענקט נאָך זײַן ייִדיש, נאָך אויסדרוקן ווי „גלײַך אויס די פּלייצע‟, „טראָג עס געזונטערהייט‟ און „פֿרעג מיר גרינגערע קשיות‟. אַ שפּראַך וואָס איז אַ טייל פֿון אים, פּונקט ווי דער טאַנגאָ, נאָר ער איז ניט מסוגל צו טאַנצן…