בערני מיידאָף איז צוריק; דאָס מאָל — אויפֿן עקראַן

Bernie Madoff Is Back; This Time – On the Screen

ריטשאַרד דרײַפֿוס און בלײַט דאַנער אין די מיני־סעריע „מיידאָף” (רעכטס); דע־ניראָ און מישעל פֿײַפֿער אין דער פֿילם „דער מכשף פֿון שקר”
ריטשאַרד דרײַפֿוס און בלײַט דאַנער אין די מיני־סעריע „מיידאָף” (רעכטס); דע־ניראָ און מישעל פֿײַפֿער אין דער פֿילם „דער מכשף פֿון שקר”

פֿון עדי מהלאל

Published July 04, 2017, issue of July 28, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די טונקעלע טענער און שפּאַנענדיקע מוזיק דורכויס העלפֿן שאַפֿן אַ פּאַסיקע אַטמאָספֿער. אָבער צום אַלעם ערשטן קומט אַ יישר־כּוח לעווינסאָנען און זײַנע אַקטיאָרן פֿאַרן שאַפֿן אַן אויסערגעוויינטלעכע דראַמע. דע־ניראָ און פֿײַפֿער גיבן זייער בעסטע אויפֿטריט אין יאָרן, און אויך האַנק עזריא איז וווּנדערלעך אין דער ראָלע פֿון מיידאָפֿס רעכטער האַנט — פֿראַנק דיפּאַסקאַלי.

דער ייִדישער אַספּעקט שפּילט נישט קיין בולטע ראָלע אין „דער מכשף פֿון שקר”. אַחוץ ווערטער ווי „חוצפּה” און „כּשר” דאָ און דאָרט; דעם דערמאָנען אלי וויזעלס נאָמען, אָדער ווען מע רופֿט מיידאָפֿן אַ „קײַק” אויפֿן טעלעפֿאָן, איז קיין מאָל נישט אָנגעוויזן אַז מע רעדט פֿון ייִדן. דערפֿאַר, ווען מיידאָף זעט אין קאָשמאַר עמעצן וואָס באַשולדיקט אים אין באַגנבֿענען זײַן אייגענעם פֿאָלק, וועלן נישט ווייניק צוקוקער מסתּמא מיינען אַז מע רעדט וועגן דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק און נישט דעם ייִדישן, ווײַל דאָס וואָרט „ייִדיש” זאָגט מען אין גאַנצן נישט.

אין פֿאַרגלײַך, ווערט דער ענין קלאַס אַ סך מער באַטאָנט. אַז מיידאָף קומט נישט פֿון געלט ווערט דערמאָנט מער ווי איין מאָל. אין איין סצענע פּראָבירט ער צווינגען זײַן זון צו עסן אַ ים־שרץ, נישט געקוקט אויף דעם אַז דער זון זאָגט אַז עס שעדיקט זײַן בויך. אין דעם פֿאַל ווערן קאָמבינירט דער קלאַס אַספּעקט צוזאַמען מיטן עטנישן־רעליגיעזן. דאָס עסן אַ ים־שרץ סימבאָליזירט סײַ דעם לעבן־שטייגער פֿון פֿאַרמעגלעכע אַמעריקאַנער, סײַ זײַן איגנאָרירן די דינים פֿון כּשרות — און דאָ רעדט זיך נישט בלויז וואָס שייך עסן, נאָר וואָס שייך געשעפֿטן.

די פֿריִערדיקע דראַמע „מיידאָף” איז געבויט געוואָרן אויף מער טראַדיציאָנעלע סינעמאַטאָגראַפֿישע יסודות. זי דערמאָנט אין אַ געוויסן מאָס מאַרטין סקאָרסעזעס פֿילם „דער וואָלף פֿון וואָלסטריט”. מיידאָפֿס נאַראַטאָרישער קול אינעם ערשטן פּערזאָן איז ענלעך צו דזשאָרדין בעלפֿאָרטס נאַראַציע אין יענעם פֿילם, וואָס באַשרײַבט אַ שווינדלעריש פֿינאַנציעל געשעפֿט.

די ראָלע־צעטיילונג אין ביידע פֿילמען באַשטימט שטאַרק זייער דראַמאַטישן טאָן. בשעת דע’ניראָ באַטאָנט די טונקעלע כאַראַקטער-שטריכן פֿונעם מיידאָף־געשטאַלט, און שפּילט אים ווי אַן אמתדיקער סאָציאָפּאַט, ברענגט דרײַפֿוס צום עקראַן אַ מער כיטרען מיידאָף, וואָס טוט אַלצדינג מיט אַ האַלב-שמייכל, ווי ער וואָלט געהאַלטן זײַן אָפּעראַציע פֿאַר אַ מין קונדסערײַ, איידער ווי דאָס גרעסטע רמאָות אין דער געשיכטע.