„אָבער וואָס טויג אײַך צו וווינען דאָ בײַ אונדז?‟

"But Why Do You Want to Move Here?"

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 14, 2017, issue of July 28, 2017.

מוניעלע, מײַנער אַ גוטע פֿרײַנד פֿון די קינדער־יאָרן נאָכן חורבן, דערציילט מיר די מעשׂה ווי אַזוי ער און זײַן פֿרוי פֿײַגעלע זײַנען אָנגעקומען צו אַ קאַנדאָמיניום אויף דער פֿיפֿטער עוועניו אין ניו־יאָרק, צווישן די גרויסע גבֿירים אַדירים, וווּ די פֿענצטער כאַפּן אַ בליק אויף „צענטראַל פּאַרק‟ אין אַ הויז מיט שומרים וואָס לויפֿן ווי די פֿאַרסמטע מײַז עפֿענען די טיר ווען מוניעלע און פֿײַגעלע שטײַגן אַרויס פֿון זייער לימוזין, האַלטן פֿאַר זיי די דרײענדיקע טיר, קלײַנטשען זיך און בוקן זיך ווי פֿאַר אַ קעניגלעכער סוויטע, פֿירן זיי צו צום ליפֿט ווי מען פֿירט חתן־כּלה צו דער חופּה, און דער בחור וואָס פֿירט די ליפֿט באַגריסט זיך מיט זיי חניפֿותדיק און מיט גרויס דרך־ארץ, ער האַלט פֿאַר זיי אָפֿן די טיר ביז זיי שטײַגן אײַן און וואַרט ביז זיי שטײַגן אויס, שמייכלט אַ האָניק זיס שמייכעלע און ווינטשט זיי אַל דאָס גוטס.

איז ווי איז דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעקומען צו די הויכע פֿענצטער פֿון דער פֿיפֿטער עוועניו, כּמעט בשכנות מיט אונדזער, מ’שטײנס געזאָגט פּרעזידענט טראַמפּ, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דער דײַטשער דרומפּף משפּחה… איז די מעשׂה אַזאַ.

מיט אַ קימא לן יאָר צוריק, האָבן מײַנע גוטע פֿרײַנד באַשלאָסן אָפּצוקויפֿן אַ דירה אויף דער פֿיפֿטער עוועניו. און פֿאַרוואָס נישט? מזומן פֿעלט נישט, ביזנעס גייט גוט, אַלע קינדער אויסגעגעבן, וואָס פֿעלט? בלויז אַ וווינונג צווישן די געלט־אַריסטאָקראַטן, די בעלי־כּיס. האָט מען זאַטאַשטשעט אַ דירה אין די הויכע פֿענצטער, גייט מען אויף באַשוי פֿאַר דער הויז־פֿאַרוואַלטונג.

די חבֿרה אַמעריקאַנער מאַגנאַטן אין דער הויז־פֿאַרוואַלטונג דערזעען מיט אַ מאָל פֿאַר זיך אַן עלטער פּאָרפֿאָלק וואָס זעען אויס אַנדערש, רעדן ענגליש אַנדערש, קלײדן זיך אַנדערש און האַלטן זיך אַנדערש. דערצו קלײדן זיי זיך נישט אין „קרישטשיאַן דיאָר‟ קליידונג.

די פֿאַרוואַלטונג האַלט אַן אויג, אַ פּנים, ס’זאָל זיך חלילה נישט אַרײַנכאַפּן צווישן זיי פֿרעמד בלוט וואָס וועט זיך נישט אַזוי גוט אַרײַנפּאַסן צווישן די אויסדערווײלטע, אויסגעסטרויעטע גבֿירים. זיי דערגייען אַז דאָס פּאָרפֿאָלק איז גרייט אָפּצוקויפֿן די דירה אויפֿן הויכן שטאָק. וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה? די הויז־ביוראָקראַטן דאַרפֿן אַנטשײדן צי די נײַע קונים זײַנען טאַקע ראוי, זײַנען ווערדיק אָפּצוקויפֿן די מיליאָנערסקע דירה אויפֿן הויכן שטאָק. הייבט מען אָן די אינקוויזיציע:

„איר מוזט פֿאַרשטיין, ליבע לײַט, אַז מיר דאָ אין הויז באַשטייען פֿון רובֿ מענטשן וואָס האַלטן זיך אָפּ פֿון אויסשטאַרצן בײַ יענעם די אויגן. מיר קלײדן זיך באַשײדן, האַלטן זיך אָפּ פֿון בלישטשעדיקער צירונג און אַלץ מיט פּשטות, סקראָמנע, מיט אַ גוטן גוסט, גוטע מאַניערן און גוטער שכנותדיקער אויפֿפֿירונג.‟

מײַנע גוטע פֿרײַנט איז דער פּזמון דווקא געפֿעלן, זיי האָבן פֿרײַער אָפּגעאָטעמט. איין זאַך האָט זיי געפּלאָגט, צו וואָס אַזאַ אַרײַנפֿיר? אַלץ וואָס זיי ווילן איז קויפֿן די אויבערשטע דירה אָן שום קונצן און לעקציעס. אָבער ס’איז זיי נישט אָנגעקומען אַזוי גרינג די מעשׂה.

נאָך אַ שעה צײַט רופֿט זיך אָפּ דער אויבערשטער פֿון שטייסל, דער קאָמיסאַר פֿון הויז, מיט דער לעצטער פֿראַגע:

„צו וואָס טויג אײַך, ליבע מענטשן, צו וווינען אויף פֿיפֿטער עוועניו און דווקא אין אונדזער הויז דערצו?‟

דאָ האָט זיך שוין בײַ מײַנע גוטע פֿרײַנד אָנגעצונדן די ריגזה. סטײַטש, נישט גענוג מען שטעלט זיי אַזעלכע קלאָץ־קשיות, נאָך אַלעמען, זיי זײַנען גוט פֿאַרזאָרגט, קיין היפּאָטעק דאַרפֿן זיי נישט, זיי זענען גרייט צו קויפֿן די דירה אַזוי ווי זי שטייט און גייט פֿאַר מזומן געלט, וואָס נאָך דאַרף מען?

איינער פֿון די פֿאַרוואַלטערס האָט זיי אונטערגעטראָגן דאָס לעצטע פֿראַגעלע: „צו וואָס טויג אײַך צו וווינען דאָ צווישן אונדז?‟

ווי איינער זאָגט, גייט אײַך מיט אַ טיר ווײַטער, איר פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין אונדזער געזעלשאַפֿט.

מוניעלע האָט זיך אַוועקגעשטעלט ווי אַ סאָלדאַט, אויסגעגלײַכט די פּלייצע און דערלאַנגט סחורה:

„וועמען דאַרף מען דאָ אָפּגעבן רעכענונג צוליב וואָס און צוליב ווען? איך האָב מײַנע יונגע יאָרן אָנגעוווירן בײַ די דײַטשן אין אַ בונקער, זיך באַהאַלטן אין שטרוי בײַ די אוקראַיִנער שׂונאי־ישׂראל, מ’האָט פֿאַר מײַנע אויגן דערשאָסן מײַן מאַמען, איך בין געבליבן מיטן טאַטן אין פֿעלד און זיך דערנערט אויף מערעלעך וואָס זײַנען געוואַקסן אין פֿעלד, נישט געוווּסט צי די ביקסן וואָס זוכן אונדז אַרום געהערן צו די דײַטשן אָדער צו די אוקראַיִנער. און איר, איבערגעפֿרעסענע און אָנגעזשליאָקעטע אַמעריקאַנער גבֿירים דערוועגן זיך אונדז צו פֿרעגן פֿאַרוואָס מיר ווילן וווינען אויף פֿיפֿטער עוועניו? בעסער אויף פֿיפֿטער עוועניו ווי אויף אַ שטרויענעם דאַך!…‟

נישט בחינם האָבן די מולטי־מיליאָנערן נאָך מוניעלעס אויסברוך געפֿונען זייערע צונגען און באַוויליקט דאָס פאָר־פֿאָלק, ניצול געוואָרענע פֿון חורבן און מע האָט גוט געהײסן זייער פֿאָרשלאָג. זיי האָבן זיך אויפֿגעהויבן און געדרוקט מוניעלעס הענט מיט די רייד: „זײַט באַגריסט צו אונדזער און אײַער הויז און זאָל אײַך ווויל באַקומען!‟