דאָס פֿאַלן יענעם אַרײַן אין די רייד: אַ ייִדישער אופֿן פֿון רעדן?

Interrupting: Is It A Jewish Thing?

Wikimedia Commons

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 16, 2017, issue of July 28, 2017.

האַקט אײַער מאַן אײַך איבער די רייד? פֿאַלט אײַער פֿרוי אײַך כּסדר אַרײַן אין מיטן זאַץ? דאָס איז נישט דווקא צוליב שלעכטע מאַניערן, נאָר ווײַל זיי רעדן אין אַ סטיל וואָס הייסט „דאָס קאָאָפּעראַטיווע דעקן זיך איינס מיטן צווייטן“. וואָס הייסט דאָס? לויט דער לינגוויסטקע דבֿורה טאַנען איז אַזאַ סטיל רעדן — דאָס רעדן בשעת יענער רעדט — כאַראַקטעריסטיש פֿון אַ ייִדישן שמועס־שטייגער, און קער דווקא אַרײַסווײַזן אַן אמתדיקן אינטערעס אין די רייד פֿונעם צווייטן מענטשן.

טאַנען, אַ לינגוויסטיק־פּראָפֿעסאָרשע אין דזשאָרדזשטאַון־אוניווערסיטעט (וואַשינדטאָן ד״ק), האָט שוין געשריבן אָן אַ שיעור ביכער, סײַ וויסנשאַפֿטלעכע סײַ פּאָפּולערע, וועגן שמועסן, אַרײַנגערעכנט דעם בעסטסעלער „פֿאַרשטייסט מיך פּשוט נישט: דאָס שמועסן צווישן פֿרויען און מענער (You Just Don’t Understand: Women and Men in Conversation) און „נישט דאָס האָב איך געמיינט!: ווי אַזוי דער שמועס־שטייגער קען זײַן אַ קריטישער פֿאַקטאָר אין מזל בײַם באַציִונגען“ (That’s Not What I Meant!: How Conversational Style Makes or Breaks Relationships)

דער טערמין „ייִדישער שמועס־שטייגער“ איז אָבער נישט קיין פּינקטלעכער טערמין, זאָגט טאַנען. נישט אַלע ייִדן פֿאָלגן דעם שטייגער, און נישט אַלע וואָס פֿאָלגן זענען ייִדן. דער שמועס־פֿורעם געפֿינט זיך אָבער יאָ בײַ אַ סך ייִדן פֿון ניו־יאָרק און דעם אַרומיקן געגנט, בפֿרט די פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם; און ס׳איז אַנדערש פֿון ס׳רובֿ נישט־ייִדישע אַמעריקאַנער פֿון די דרום־, מיטעלן מערבֿ־ און מערבֿ־ראַיאָנען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. לויט טאַנען נעמט אַזאַ ייִדישער שמועס־שטייגער אַרײַן עטלעכע עלעמענטן: דאָס רעדן גיך, דאָס אויסמײַדן פּאַוזעס און אַ גיכערן הין־און־צוריק בשעת דער קאָנווערסאַציע.

ווען ייִדן כאַפּן אַ שמועס באַמערקן זיי אָפֿט אַפֿילו נישט, אַז עס רעדן עטלעכע מענטשן אין דער זעלבער צײַט; פֿאַרקערט, ווען דער צווייטער שווײַגט אָדער מאַכט לאַנגע פּאַוזעס אינעם שמועס, טײַטשן זיי עס אויס ווי אַ סימן פֿון אומאינטערעס.

אָבער בײַ מענטשן וואָס זענען נישט צוגעווינט צון אַזאַ שמועס־שטייגער קען דאָס איבערהאַקן דעם צווייטן אויסזען אומהעפֿלעך און ווי אַ סימן פֿון קנאַפּן אינטערעס אין דעם וואָס דער צווייטער זאָגט. דאָס הייסט, בײַ פֿאַרשידענע גרופּעס טײַטשט מען אויס דעם זעלבן אויפֿפֿיר אויף גאָר אַנדערע אופֿנים. און דערפֿאַר קען מען אָפֿט באַצייכענען אַ מענטשן אויף אַ מער נעגאַטיוון אופֿן, אויפֿן סמך פֿון זײַן אָדער איר שמועס־שטייגער. טאַנען האַלט, אַז נעגאַטיווע סטערעאָטיפּן פֿון ניו־יאָרקער ייִדן קערן האָבן אַ שײַכות מיט אָט דער טעאָריע, און רעפּרעזענטירן לאַוו־דווקא אַ חסרון אינעם כאַראַקטער, נאָר סתּם לינגוויסטישע געוווינשאַפֿטן.

צווישן אַנדערע שטריכן פֿון אַ ייִדישן שמועס־סטיל: אַ פּרעפֿערענץ צו רעדן וועגן פּערזענלעכע ענינים; דאָס פּלוצעמדיק בײַטן די טעמע פֿונעם שמועס; דאָס אַרײַנפֿירן נײַע טעמעס, און דאָס פּרוּוון עטלעכע מאָל אײַנפֿירן אַ נײַע טעמע אויב ס׳איז זיי דאָס ערשטע מאָל נישט געלונגען.

ייִדן האָבן אויך אַ טבֿע צו דערציילן מער מעשׂיות בשעת אַ שמועס; צו דראַמאַטיזירן מיט זשעסטן אַנשטאָט בלויז מיט ווערטער, און אַרויסהייבן דעם עמאָציאָנעלן אַספּעקט פֿון אַן איבערלעבונג.

טאַנען האַלט, אַז דער קלאַנג פֿונעם ייִדישן שמועס־שטיל — למשל, דאָס רעדן פּלוצלינג שטילער אָדער העכער — קען זײַן אַ סימן פֿון מיטגעפֿיל מיט אַ צווייטן ייִדן. פֿון דער אַנדערער זײַט קען עס אויך אָפּשטויסן יענע מענטשן וואָס זענען צוגעוווינט צון אַ מער אײַנגעהאַלטענעם, ווייניקער עקספּרעסיוון סטיל רעדן.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דבֿורה טאַנענס ביכער און לעקציעס, גייט צו //www.deborahtannen.com