ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 15, 2017, issue of August 25, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

מע בויט אַ דענקמאָל לזכר די ייִדן, ראָמאַ און סינטי ציגײַנער פֿאַרשיקט קיין טרעבלינקע

אַ מאַמע האַלט אַ שיין, בלאָנד מיידעלע אין די הענט לעבן אַ לאַסטוואַגאָן. הינטער די לאַסט־וואַגאָנען גייט אַרויף אַ שוואַרצער רויך — אַ רמז אַז מאַמע און קינד וועלן ביידע פֿאַרברענט ווערן אויף דער ענד־סטאַנציע פון זייער נסיעה, טרעבלינקע.

דאָס בילד איז אַראָפּגענומען געוואָרן בשעת דער דעפּאָרטאַציע פֿון צען טויזנט ייִדן פֿון דער שעדליצער געטאָ, סוף אויגוסט 1942, ממש די טעג מיט 75 יאָר צוריק.

פֿאַר דער מלחמה האָבן די ייִדן באַטראָפֿן 50% פֿון דער שעדליצער באַפֿעלקערונג. נאָך דער ליקווידיאַציע פֿון דער געטאָ זענען לעבן געבליבן בלויז אַן ערך צוויי טויזנט פֿון זיי. איידער די דײַטשן האָבן פֿאַרשיקט די לעצטע שעדליצער ייִדן אויף זייער טויט קיין טרעבלינקע, האָבן זיי פֿאַרשפּאַרט די אומגליקלעכע קרבנות אויף דרײַ טעג אין דער קליינער „גענשי־באָרעק” געטאָ. 

צווישן די קרבנות זענען געווען, א חוץ ייִדן, ראָמאַ און סינטי ציגײַנער. זייער גורל איז געווען דער זעלבער ווי בײַ די ייִדן: פֿאַרגאַזונג אין טרעבלינקע.

דער סינטי היסטאָרישער און חורבן־אינסטיטוט אין פּוילן האָט בדעה צו שטעלן אינעם קומענדיקן יאָר 2018 אַ דענקמאָל לזכר די קרבנות. דערפֿאַר האָבן זיי געבעטן בײַם „געזעלשאַפֿטלעכן קולטור־פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן״ זיי זאָלן איבערזעצן דעם נוסח פֿון דער אויפֿשריפֿט אויף דעם דענקמאָל אויף העברעיִש.

די אויפֿשריפֿט וועט זײַן אויף פֿינעף לשונות: פּויליש, ראָמאַ, העברעיִש, דײַטש און ענגליש. אָט איז דער נוסח פֿון דער אויפֿשריפֿט: „אין אָנדענק פֿון די ראָמאַס, סינטיס און ייִדן, וואָס זענען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין געטאָ ׳גענשי־באָרעק׳ אין די טעג צווישן דעם 25סטן און דעם 28סטן נאָוועמבער 1942, אויף זייער לעצטן, טראַגישן וועג צו דעם דײַטשיש־נאַצישן אומברענג־לאַגער טרעבלינקע. תהא נשמתם צרורה בצרור החיים — זאָלן זייערע נשמות זײַן פֿאַרבונדן אינעם בונד פֿון לעבן.”

אַ שאָד נאָר וואָס עס וועט פֿעלן אַן אויפֿשריפֿט אויף ייִדיש, די שפּראַך פֿון די קרבנות.

די דאָזיקע סינטי־איניציאַטיוו ווערט געשטיצט פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן, ווי אויך פֿונעם פּוילישן מיניסטעריום פֿאַר קולטור און נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה, דעם פּוילישן אינסטיטוט פֿאַר דער נאַציאָנאַלער קולטור־ירושה‟ און דער שטאָט שעדליץ.


אַ פּאָר ווערטער וועגן ייִדן אין פּוילן וואָס בײַטן די נעמען

ווער קען נישט דעם וויץ פֿונעם ייִדן וואָס האָט געביטן זײַן נאָמען? געהייסן האָט ער ראָזענבלום, אָבער ער האָט דערקלערט דעם מלוכישן פֿאַרוואַלטער, אַז ס׳געפֿעלט אים נישט דער נאָמען ראָזענבלום, ס’איז צו ייִדיש. „זײַט אַזוי גוט און בײַט עס אויף קאַרטער,‟ האָט ער געבעטן.

געזאָגט און געטאָן. 

אַ יאָר שפּעטער קומט דער זעלבער ייִד און בעט העפֿלעך מען זאָל בײַטן זײַן נאָמען פֿון קאַרטער אויף דזשאָנסאָן. דער אָנגעשטעלטער קוקט אויף אים פֿארחידושט. צו וואָס דאַרפֿט איר בײַטן נאָך אַ מאָל אײַער נאָמען? פֿרעגט ער.

די מעשׂה איז אַזוי, ענטפֿערט דער ייִד. מענטשן פֿרעגן ווי איך הייס. דערציילט מען זיי אַז איך הייס קאַרטער. נישט דאָס מיינען מיר, זאָגן זיי. מיר ווילן וויסן ווי אַזוי האָט ער געהייסן איידער ער האָט געהייסן קאַרטער. אַז איך וועל הייסן דזשאָנסאַן און מען וועט פֿרעגן ווי איך האָב געהייסן פֿריִער, וועט מען מוזן זאָגן אַז פֿריִער האָב איך געהייסן קאַרטער.

פֿאַר וואָס דערצייל איך אײַך דעם אַלטן וויץ? ווײַל ער איז געבליבן אַקטועל. די גויִים ווילן נאָך אַלץ וויסן ווי אַ ייִד האָט געהייסן איידער ער האָט פֿאַרגוייִשט זײַן נאָמען.

נעמט, למשל, מאַגדאַלענאַ אָגורעק. אָגורעק איז אַ יונגע עלעגאַנטע פֿרוי, וואָס האָט געוואָלט ווערן די פּרעזידענטין פֿון פּוילן. אין די לעצטע וואַלן האָט זי קאַנדידירט פֿאַרן אַזוי גערופֿענעם לינקן בונד.

הכּלל, האָט זי געביטן איר פּאַרטיי. ווי אַ לאַנגע ריי לינקע פּאָליטיקער פֿאַר איר, איז זי געוואָרן אַ רעכטע. פֿאַרשטייט זיך אַז איצט געפֿעלן איר נישט די מיינונגען פֿון אירע אַמאָליקע לינקע חבֿרים. 

איינער פֿון די דאָזיקע אַמאָליקע לינקע חבֿרים איז מאַרעק באָראָווסקי. די נישט־געלונגענע פּרעזידענט־קאַנדידאַטין וואָרנט אונדז איצט אַז מיר זאָלן נישט האָבן קיין צוטרוי צו באָראָווסקין. פֿאַר וואָס? חוץ כּל־המינים סיבות דערמאָנט זי דעם פֿאַקט אַז באָראָווסקי מאַכט בלויז אַן אָנשטעל אַז ער איז באָראָווסקי. זיין אמתער נאָמען איז בערמאַן, באַטאָנט זי. מאַכט רש״י, ער באַהאַלט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם.  

דאָ איז זי יאָ גערעכט און נישט גערעכט. באָראָווסקי האָט טאַקע משנה־שם געווען אָבער מאַרעק באָראָווסקי איז געווען זײַן טאַטע. ער אַליין איז געווען באָראָווסקי זינט זײַן געבורט. הייסט עס אַז מען קען נישט האָבן קיין טענות צו אים. די זעלבע מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין אַ סך אַנדערע לענדער. וואָס איז למשל דזשאָן קערי שולדיק וואָס זײַן זיידע האָט געביטן דעם נאָמען פֿון כּהן אויף קערי? ער אַליין איז שוין געבוירן אַ קערי.

אַגבֿ, איך קען יאָ אַ מלוכה ווו פּאָליטיקערס בײַטן זייערע ייִדישע נעמען און קיינער טשעפּעט זיי נישט: מדינת־ישׂראל.