פּרשת ראה, תּשע״ז

Weekly Torah Portion: Re’eh, 5777

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 17, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

משה רבינו האָט דערקלערט גאָר אַן אָריגינעלן מעטאָד פֿון דירעקטער גײַסטיקער דערפֿאַרונג. דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן, אַז ווען די ייִדן וועלן אַרײַנקומען קיין ארץ־ישׂראל, דאַרפֿן זיי דאָרטן זאָגן אַ ספּעציפֿישע סעריע ברכות און קללות אויף צוויי בערג, גריזים און עיבֿל. דער הר־גריזים, וווּ זעקס שבֿטים האָבן שפּעטער געבענטשט די שומרי־מיצוות, איז געווען דעמאָלט אַ גרינער, שיינער באַרג. להיפּוך, האָט דער הר־עיבֿל אויסגעזען ווי אַ פֿאַרשאָלטן מיאוס אָרט. אויף אַזאַ וויזועלן אופֿן האָט זיך אײַנגעגעבן צו דעמאָנסטרירן דעם כּוח, וואָס שטעקט אין די מיצוות.

פֿאַרוואָס האָט דער אייבערשטער געמאַכט איין באַרג גרין און שיין, און קעגנאיבער — אַ פּוסט און שטיינערדיק בערגל? די זעלבע קשיא קאָן מען פֿרעגן וועגן די קי און חזירים. ביידע זענען גאַנץ נוצלעכע שטוב־בהמות; די אומות־העולם מעגן זיי עסן, געזונטערהייט. אויפֿן ספּעציפֿיש־ייִדישן דרך אין עבֿודת־השם טויג אָבער נאָר אַ קו – געשאָכטן, באַקוקט און אָפּגעכּשרט ווי געהעריק. עס קאָן זײַן, אַז פֿון אַן אַנדער קוקווינקל איז דער הר־עיבֿל פּונקט אַזוי שיין און געבענטשט, ווי דער הר־גריזים, אָבער אינעם תּנ״ך ווערט זי אַסאָציִיִרט מיט אַ קללה. דווקא דורך די קאָנטראַסטן און פֿאַרשיידנאַרטיקייט פֿון דער וועלט באַווײַזן זיך די געטלעכע ברכות.

אָדם און חוה זענען געווען גליקלעך אינעם גן־עדן, אָבער דווקא דער איינציקער קאָנטראַסט־אָביעקט, דער פֿאַרבאָטענער עץ־הדעת, האָט גורם געווען זייער אַראָפּפֿאַל אין אונדזער זינדיקער וועלט, וווּ מיר קאָנען פֿאָרט דערגרייכן אַ העכערע מדרגה פֿון רוחניות — ממש דערזען מיט אונדזערע אייגענע אויגן, דערטאַפּן און פֿאַרזוכן די מיצוות; דאָס איז גופֿא דעם אייבערשטנס ברכה.

די חז״ל אַסאָציִיִרט דעם עץ־הדעת מיט פֿאַרשיידענע פֿרוכטן און תּבֿואות: טרויבן, ווייץ, אתרוג, פֿײַגן. צו אידענטיפֿיצירן גענוי די פֿאַרבאָטענע פּרי איז אוממעגלעך, ווײַל דאָ גייט די רייד וועגן אַ טייל פֿון אַן אַנדער, דערהויבענער און רוחניותדיקער וועלט. דווקא דאָ, און נישט אינעם גן־עדן, האָבן מיר די זכיה צו פֿאַרוואַנדלען אַלע דערמאָנטע פּירות אין מיצווה־זאַכן.

ווען מיר מאַכן קידוש, ווערט דער ווײַן ממש פֿאַרוואַנדלט, ווי עס ווערט דערקלערט אין די חסידישע ספֿרים, אין אַ „שטיק געטלעכקייט‟. ווען מיר שאָקלען די אַרבעה־מינים, ווערן אין זיי אַנטפּלעקט די סודות פֿון די געטלעכע ספֿירות. ווען מיר וואַשן זיך, עסן ברויט און בענטשן, ווערט די תּבֿואה פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנצער סעריע מיצוות. על־ׁפּי קבלה, איז ‟לחם‟ (ברויט) דרײַ מאָל שם־השם בגימטריא (78), ווײַל בײַ דער סעודה אַנטפּלעקן מיר געטלעכקייט אויף עטלעכע אופֿנים.

ס׳איז מערקווירדיק, אַז משה רבינו האָט אַנטפּלעקט דאָס אייביקע געטלעכע ליכט דורך אַן אוניקאַלן איינמאָליקן אַקט. די אַמאָליקע צדיקים האָבן געקאָנט אַנטפּלעקן גרויסע סודות דורך פּערזענלעכע תּיקונים און ייִחודים — מיסטישע מיטלען צו דערגרייכן דבֿקות מיטן אייבערשטן. פֿאַר אַ רוחניותדיקן מענטש גייען די אייביקייט און ספּאָנטאַנע דינאַמישקייט האַנט אין האַנט. צום באַדויערן, פֿאַרוואַנדלען אַ טייל הײַנטיקע חסידים די לעבעדיקע דרכים פֿון אַמאָליקע צדיקים אין אַ תּירוץ צו פֿאַרגליווערן די ייִדישקייט — אַפֿילו שטרענגער, ווי די מתנגדים. אין אַ סך חסידישע קהילות עסט מען בײַ די שבתדיקע און יום־טובֿדיקע סעודות פּונקט די זעלביקע סטאַנדאַרטע „היימישע‟ מאכלים, ווײַל געוויסע צדיקים האָבן מיט 200 יאָר צוריק צוגעטראַכט אַזאַ ספּעציפֿישן סדר פֿון עסן, האָבנדיק אין זינען טיפֿע כּוונות. עס באַקומט זיך, אַז עמעצער, אַזוי ווי משה רבינו מיט זײַן אָנזאָג צו בענטשן און שעלטן אויף די צוויי בערג, האָט אַמאָל געפֿונען אַן אוניקאַלן פּערזענלעכן וועגן צו אַנטפּלעקן דאָס געטלעכע ליכט דורכן עסן אַ קאַרטאָפֿל־קוגל און הינער־זופּ. פֿאַר די הײַנטיקע חסידים מיינט עס אָבער, אַז קיין אייגענע חידושים טאָרן זיי מער נישט אַנטפּלעקן. אין אונדזער געפֿאַלענעם דור פֿון „עקבֿתא דמשיחא‟ מוז מען פֿאָלגן, נישט טראַכטן צופֿיל און נישט דערפֿינדן נײַע דרכים אין עבֿודת־השם.

ס׳איז אמת, אַז צופֿיל דינאַמישקייט און אָריגינעלקייט קאָן גורם זײַן אַ היזק. דערפֿאַר זענען נישט אַלע רבנים געווען צופֿרידן, למשל, מיט אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי דער חסידישער זינגער הרבֿ שלמה קאַרלעבאַך. די קריטיקער טענהן, אַז זײַנע נאָכפֿאָלגער זענען צו ווילד און מאָדערניסטיש. אַ טייל בראַצלעווער חסידים, וואָס שטעלן דעם אַקצענט אויף אייגענע אָריגינעלע דרכּי־עבֿודה, מאַכן דעם טראַדיציאָנעלן „קוגל־עסנדיקן‟ חסידישן עולם אויך אומרויִק. פֿונדעסטוועגן, כּדי אונדזער טראַדיציע זאָל זיך אַנטוויקלען ווײַטער און נישט פֿאַרגליווערט ווערן, מוזן מיר זוכן אייגענע מיטלען צו דערזען די ברכה און די קללה אויף אונדזער פּערזענלעכע הר־גריזים און הר־עיבֿל — צו קאָמבינירן די אייביקייט מיטן ליכטיקן גײַסט פֿון חידוש.