ווי אַזוי געדענקט מען די קאָנטראָווערסיעלע געשטאַלטן?

How do we Commemorate Controversial Figures?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 22, 2017, issue of August 25, 2017.

דער סיכסוך איבער דער סטאַטוע פֿונעם קאָנפעדעראַציע־גענעראַל ראָבערט־עדוואַרד לי אין שאַרלאָטסוויל, ווירדזשיניע האָט אויפֿגעפֿלאַקערט אַ שאַרף פּאָליטיש מחלוקת אין אַמעריקע און איבער דער וועלט. ווען די שטאָט האָט באַשלאָסן די סטאַטוע אונטערצורײַסן, האָבן רעכט־געשטימטע אַמעריקאַנער באַשלאָסן צו דעמאָנסטרירן, און אַנטי־ראַסיסטישע אַקטיוויסטן האָבן אָרגאַניזירט אַ קאָנטערפּראָטעסט. פֿון די געשלעגן צווישן די עדות זענען צום ווייניקסטן 38 פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, און דרײַ מענטשן זענען אומגעקומען, איינע בכּיוון אומגעבראַכט געוואָרן פֿון אַ נעאָ־נאַצי.

וויבאַלד ער איז געווען אַ גענעראַל אין דער קאָנפֿעדעראַציע־אַרמיי, רופֿט ראָבערט־עדוואַרד לי אַסאָציאַציעס מיט ראַסיזם און שקלאַפֿערײַ. די דענקמעלער פֿון קאָנפֿעדעראַציע־העלדן ציִען טאַקע צו עקסטרעם־רעכטע פּאַרשוינען, און טאַקע דערפֿאַר האָט די שטאַט־רעגירונג פֿון ווירדזשיניע במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר באַשלאָסן פֿון זיי פּטור צו ווערן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער קאָנטראָווערסאַלער גענעראַל איז שטאַרק באַליבט אין גענוג ברייטע קרײַזן.

פֿונעם ייִדישן קוקווינקל, איז די מעשׂה נישט אַזאַ פּשוטע. דער גענעראַל לי איז געווען אַ גוטער פֿרײַנד פֿון ייִדן. ער איז אויך נישט געווען דער ערגסטער צווישן די שטיצערס פֿון שקלאַפֿערײַ. אַבראַהאַם לינקאָלן, דזשאָרדזש וואַשינגטאָן, טאָמאַס דזשעפֿערסאָן און אַנדערע אָבֿות פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען אויך געווען רעכטע ראַסיסטן. לינקאָלן איז געווען געשטימט קעגן שקלאַפֿערײַ און איז צום סוף אומגעקומען צוליב זײַן מיינונג, אַז די אַפֿראָאַמעריקאַנער זאָלן האָבן, אין געוויסע פֿאַלן, דאָס רעכט צו שטימען. פֿונדעסטוועגן, איז ער זיכער נישט געווען קיין פּראָגרעסיווער טוער. אין אַ גאַנצער ריי אומשטענדן האָט ער אויסגעדריקט בפֿירוש ראַסיסטישע דעות. להיפּוך, איז גענעראַל לי געווען בלויז אַ מיליטערמאַן, נישט קיין פּאָליטיקער. אין זײַנע בריוו האָט ער למעשׂה קריטיקירט די שקלאַפֿערײַ.

צווישן די שקלאַפֿן־הענדלער און פּלאַנטאַציע־פֿאַרמעגער זענען אין אַ ריי שטאַטן און דרום־אַמעריקאַנער לענדער געווען נישט ווייניק ספֿרדים, געוויינטלעך געשמדטע אָדער גאָר אַסימילירטע. די אַנטיסעמישע טעאָריע וועגן דער כּלומרשט באַזונדערס גרויסער ראָלע פֿון ייִדן אין שקלאַפֿערײַ איז, אַוודאי, היפּש איבערגעטריבן. מע קאָן זיך אָבער גרינג פֿאָרשטעלן, אַז אין געוויסע שטעטלעך פֿונעם אַמעריקאַנער דרום האָט זיך געשאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז די ייִדן זענען די הויפּט־שפּילער אינעם האַנדל מיט די אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן. די ספֿרדישע שקלאַפֿן־האָבער האָבן זיי נישט זעלטן מגייר געווען בעתן באַפֿרײַען. על־פּי־דין זענען די עבֿדים־משוחררים — די באַפֿרײַטע שקלאַפֿן — אַ ספּעציפֿישע אומגעוויינטלעכע הלכישע קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס ווערן אויטאָמאַטיש פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן. עס בלײַבט אָבער אומקלאָר, צי די פּלאַנטאַציע־האָבער, על־פּי־רובֿ אַסימילירטע עם־הארצים, האָבן דורכגעפֿירט די גרות־פּראָצעדור ווי עס דאַרף צו זײַן. ווי אַ בײַ־עפֿעקט פֿון שקלאַפֿערײַ, האָבן זיי פֿאָרט פּראָדוצירט הונדערטער אָדער אַפֿילו טויזנטער שוואַרץ־הויטיקע ייִדן.