ווידעאָ: דער ליובאַוויטשער רבי דרשנט וועגן אַ ליקוי־חמה

WATCH: The Lubavitcher Rebbe Discusses a Solar Eclipse

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 23, 2017, issue of August 25, 2017.

מאָנטיק, דעם 21סטן אויגוסט, איז איבער גאַנץ צפֿון־אַמעריקע פֿאָרגעקומען אַ ליקוי־חמה. צוליב דעם וואָס דער הימל איז אין ס׳רובֿ ערטער געווען אַ לויטערער, אַפֿילו אַ זוניקער, האָבן מיליאָנען מענטשן געהאַט אַ געלעגנהייט צו זען דעם זעלטענעם פֿענאָמען.

מיט זעקס און צוואַנציק יאָר פֿריִער, נאָך אַ ליקוי־חמה אין צענטראַל־ און דרום־אַמעריקע, האָט דער ליובאַוויטשער רבי געהאַלטן אַ דרשה פֿאַר פֿרויען, אויף ייִדיש, וועגן דער וווּנדערלעכער געשעעניש. אָט איז אַ ווידעאָ פֿון יענער דרשה באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.