מײַן פּערזענלעך געראַנגל צווישן אַלט און נײַ

My Personal Struggle Between the Old and the New

YOUTUBE

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 26, 2017, issue of August 25, 2017.

זינט מײַנע ייִנגסטע יאָרן האָב איך שטאַרק ליב געהאַט צו לייענען ראָמאַנען און דערציילונגען, אָבער בדרך־כּלל — נאָר אויף ענגליש. דער טאַטע פֿלעג זיך בעטן בײַ מיר, איך זאָל אויך לייענען ייִדישע ביכער. כ׳האָב אים געוויינטלעך געענטפֿערט מיט אַ פּאַרעווען שמייכל אָבער ווײַטער געטאָן מײַנס.

איין מאָל — דאַכט זיך ס׳איז געווען 1973 — האָב איך אים שוין יאָ אָפּגעענטפֿערט (אַ ביסל חוצפּהדיק) מיט דער שאלה: „נו, קענסטו מיר געפֿינען אַ ייִדיש בוך וואָס קומט נישט פֿאָר אין אייראָפּע מיט מער ווי 50 יאָר צוריק? עפּעס וועגן ליבע, וועגן דער נאַרקאָטיק־פּראָבלעם אָדער דער וויעטנאַם־מלחמה?‟

„אוי, הלוואַי…‟ האָט ער מיט אַ זיפֿץ מיר געענטפֿערט.

ווי אַ מיידל וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע נאָכן חורבן האָט מיר די ייִדישע ליטעראַטור אויסגעזען ווי זי האָט אַן „אָבסעסיע‟ מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט. כ׳האָב געוווּסט אַז די שרײַבער זענען כּמעט אַלע געבוירן געוואָרן פֿאַרן חורבן, און דערפֿאַר איז נאַטירלעך אַז זיי זאָלן שרײַבן וועגן יענע יאָרן. אָבער מיר איז עס אַלץ אויסגעקומען פֿרעמד און אַלטמאָדיש.

אין אַ געוויסן זינען בין איך געווען ענלעך צום סטערעאָטיפּישן סאַבראַ וואָס זעט זיך ווי אַ נײַער מין ייִד אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע. דער איינציקער אונטערשייד: איך האָב זיך נישט געשעמט צו רעדן ייִדיש, סײַ מיט מײַן משפּחה, סײַ מיט מײַנע חבֿרים אין דער ייִדישער שול און מיטלשול. איך האָב פּשוט געוואָלט אַז די שפּראַך און ליטעראַטור זאָל אויך דינען מײַנע אייגענע אינטערעסן, נישט בלויז די אינטערעסן און דעם געשמאַק פֿונעם עלטערן דור.

ווען איך האָב צו פֿופֿצן יאָר אָנגעהויבן שרײַבן זינגלידער אויף ייִדיש, זענען מײַנע השפּעות טאַקע נישט געווען מאָריס ראָזענפֿעלד אָדער איציק מאַנגער, נאָר די פֿאָלקראָק־קאָמפּאָזיטאָרינס און ־זינגערינס דזשודי קאָלינס און דזשאָני מיטשל. פּונקט ווי זיי, האָב איך קאָמפּאָנירט מעלאָדיעס מיט אַ מאָדערנעם ריטעם און סינקאָפּע און זיך באַגלייט מיט דער גיטאַר.

ערשט אין קאָלעדזש, אונטער דער השפּעה פֿון אינספּירירנדיקע פּראָפֿעסאָרן, האָב איך אַנטדעקט די שיינקייט פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט די רוסישע, און אַפֿילו געהערט אַ גאַנצן קורס בלויז וועגן די ווערק פֿון לעוו טאָלסטוי און פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי. דאָס האָט מיך, סוף־כּל־סוף, אויך דערוואַרעמט צו דער ייִדישער ליטעראַטור און מיך איבערצײַגט זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן אַוואַנסירטן קורס אין דער זומער־פּראָגראַם פֿון ייִוואָ מיט ד״ר דוד ראָסקעס, וווּ איך האָב צום ערשטן מאָל געלייענט עטלעכע פֿון מענדעלעס ראָמאַנען און בעסער פֿאַרשטאַנען די קונסט אין יענע „אַלטע‟ ווערק.

הײַנט, אפֿשר ווײַל איך האָב שוין דערגרייכט אַ געוויסן עלטער, ציט מיך שוין יאָ אַ נאָסטאַלגיע צו געוויסע עלעמענטן פֿון דער אַלטער היים; ובפֿרט, צו די קולינאַרע — פּיראָגן, באָרשט, פֿלאָדן, אַ גילדענעם יויך. פֿון דעסט וועגן פֿיל איך ווײַטער דעם ריס צווישן אַלט און נײַ.

דאָס אַלץ איז מיר געקומען אויפֿן זינען בעת איך בין ראָש־השנה געזעסן אין שיל און זיך צוגעהערט צו אַ נײַעם יונגן חזן. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע מתפּללים וואָס ווילן גיכער הערן די טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס, האָב איך הנאה געהאַט וואָס דער איצטיקער חזן האָט אַרײַנגעוועבט אינעם דאַווענען אַ היפּש פּאָר נײַערע מעלאָדיעס. אַ סך פֿון מײַנע באַקאַנטע מיינען אַז צוליב דעם וואָס איך רעד ייִדיש, האָב איך מסתּמא אויך אַ פּרעפֿערענץ פֿאַר חזנות. אין האַרצן פֿיל איך אַז איך וואָלט אפֿשר געדאַרפֿט הנאה האָבן פֿון דער ליטורגישער מוזיק פֿון אונדזערע באָבע־זיידעס (און געוויסע טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס ווי „רחום וחנון‟, די תּפֿילה וואָס מע זינגט יום־טובֿ איידער מע ברענגט אַרויס דעם ספֿר־תּורה, רירן מיך טאַקע). כ׳בין אָבער פֿאָרט גיכער אַן אָנהענגער פֿון הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס מאָדערנע ריטמישע ניגונים ווי פֿון די טראַדיציאָנעלע.

פֿאַראַיאָרן, למשל, האָב איך מיט מײַן משפּחה געפּראַוועט ראָש־השנה אינעם „איזאַבעלאַ פֿרידמאַן־צענטער‟ — אַ שיין אָרט אין אַ וואַלד אין קאָנעטיקאָט וווּ מע פֿירט דורך אינטערעסאַנטע פּראָגראַמען פֿאַרבונדן מיט יעדן יום־טובֿ און די מאָלצײַטן זענען געמאַכט פֿון געשמאַקע אָרגאַנישע פּראָדוקטן וואָס מע האָט דאָרט אַליין קולטיווירט.

יעדער באַטייליקטער קען אויסקלײַבן צווישן צוויי מינים דאַווענען: אַ טראַדיציאָנעלן אָרטאָדאָקסישן מנין אָדער אַ פּראָגרעסיוון. קום איך דעם ערשטן טאָג אַרײַן אינעם טראַדיציאָנעלן מנין, דערזע איך אַז דער שליח־ציבור איז גאָר הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק, דער זון פֿונעם „פֿאָלקסבינע‟־דירעקטאָר, זלמן מלאָטעק! הגם דאָס דאַווענען איז אַוודאי נישט אויף ייִדיש איז מיר פֿאָרט געפֿעלן וואָס דער שליח־ציבור איז אַן „אייגענער‟…

אַ טייל פֿון די מעלאָדיעס צו די פּיוטים האָב איך גלײַך דערקענט אָבער דערנאָך האָט אַבֿרהם אָנגעהויבן זינגען אַ מעלאָדיע צום פּיוט „השם מלך‟, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געהערט, און וואָס איך האָב שפּעטער זיך דערוווּסט, איז טאַקע אַ קאַרלעבאַך־ניגון. אַבֿרהם האָט עס געזונגען אויף אַזאַ שיינעם לעבעדיקן אופֿן אַז נישט נאָר איך, נאָר דער גאַנצער ציבור האָט אָנגעהויבן זינגען דעם פּיוט הויך אויף אַ קול. אַפֿילו נאָך דעם וואָס מע האָט שוין אויסגעזונגען אַלע שורות האָט דער עולם ווײַטער געזונגען דעם ניגון, זיך געהויבן פֿון די פּלעצער און גענומען טאַנצן אין די רייען. כ׳האָב נאָך קיין מאָל נישט געזען אַזאַ מין גײַסטיק, לוסטיק דאַווענען אום ראָש־השנה, און עד־היום ווען איך הייב אָן ברומען יענעם קאַרלעבאַך־ניגון ברענגט עס צו מײַנע ליפּן אַ שמייכל.

מילא, אויב אַן אַמעריקאַנער „היפּי‟־רבֿ קען מיך אינספּירירן מער ווי דאָס טראַדיציאָנעלע חזנות פֿון יאָסעלע ראָזענבלאַט, איז קלאָר אַז איך וועל זיך שוין נישט קענען איבערמאַכן.