„אין אַמעריקע װעלן די סוכּות־טראַדיציעס אונטערגיין‟

"The Sukkes Traditions Will Disappear in America"

Yehuda Blum

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published October 03, 2017, issue of October 27, 2017.

אין ניו־יאָרק, אָנהייבנדיק פֿון 1897, איז אַרויס כּמעט יעדן סוכּות און פּסח אַ נומער „מיניקעס יום־טובֿ־בלעטער”. דאָס זענען געווען ממשותדיקע נומערן, קרובֿ צו הונדערט זײַטן און האָבן אַרײַנגענומען כּל־המינים מאַטעריאַלן: לידער, דערציילונגען, פּאָליטישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען, אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ, אָבער נישט אַלע מאָל.

די אויסגאַבע איז ספּעציעל אינטערעסאַנט ווי אַן אַרײַנבליק אין די געדאַנקען און געפֿילן פֿונעם אימיגראַנטן-דור וועגן דעם יום־טובֿ סוכּות.

חנן מיניקעס, דער רעדאַקטאָר, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1867 און געלערנט אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה. אין 1888 איז ער גע­קומען קיין אַמעריקע און געוואָרן אַקטיוו אינעם ייִדישן טעאַטער און שפּעטער אינעם „י. ל. פּרץ־שרײַבער פֿאַראיין.” ער איז, דער עיקר, באַקאַנט פֿאַר די „מיניקעס יום־טובֿ בלעטער”, וואָס האָבן געהאַט אַ גרויסן טיראַזש. אין געוויסע יאָרן האָט מען פֿאַרקויפֿט דרײַסיק טויזנט עקזעמפּלאַרן פֿונעם זשורנאַל אין וועלכן מע האָט געקענט לייענען די בעסטע ייִדישע שרײַבער, צווישן זיי: שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, ל. שאַפּיראָ, שמעון פֿרוג, יהואש, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ. 

געוויינטלעך האָט מען אין יעדן נומער געפֿונען איין אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿונעם יום־טובֿ; אַ צווייטן וועגן די אופֿנים ווי מע פּראַוועט דעם יום־טובֿ בײַ פֿאַרשיידענע עדות ייִדן איבער דער וועלט (אין 1912, למשל, האָט מען באַשריבן די טראַדיציעס פֿון די פּערסישע ייִדן); און עטלעכע דערציילונגען, זכרונות און לידער וועגן דעם יום־טובֿ אין דער אַלטער און נײַער היים.

ווען מע האָט פֿאַרגליכן ווי מע פּראַוועט סוכּות אָמאָל און הײַנט, האָט מען אָפּגעשפּיגלט דאָס שטעטלדיקע לעבן מיט זיסער נאָסטאַלגיע, און דאָס אַמעריקאַנער לעבן ווי אַ טראַגי־קאָמעדיע. ד. מ. הערמעלין שרײַבט אין 1916, אין זײַן איבערזיכט פֿון די ימים־טובֿים אין אַמעריקע, אַז בלויז די אַלטע ייִדן פֿאַרשטייען דעם טעם פֿונעם יום־טובֿ סוכּות. בלױז אויב מע גייט יעדן שבת אין שיל און מע הערט יעדע וואָך די פּרשה, קען מען פֿאַרשטיין די פֿרייד פֿון שׂימחת־תּורה, ווען מע פֿאַרענדיקט דאָס לייענען די תּורה, און מע הייבט אָן פֿון ס’נײַ.

„דאָ אין דער נײַער וועלט זײַנען ניטאָ קיין צען פּראָצענט ייִדן, וואָס קענען זאָגן, אַז זיי האָבן אַזוי דורכגעלייענט די תּורה. שׂמחת־תּורה איז דערפֿאַר עפּעס אַ מין פֿיאַסקאָ, אָדער מעשׂה חוזק אין די אָרטאָדאָקסישע שולן, וווּ מען טרינקט דערצו אַ ביסל איבעריקע ביר און עס ווערט אָפֿט מאָל אַ סקאַנדאַל.” בכלל האַלט הערמאַלין, אַז אין אַמעריקע װעט מען פֿאַרגעסן אין די טראַדיציעס. „אַ סוכּה אונטערן פֿרײַען הימל, בענטשן אתרוג יעדן טאָג — דאָס אַלץ גייט אונטער.” בלויז „די אַלטע לײַט” האַלטן נאָך פֿון די זאַכן.

דאָס פֿרומע לעבן אין אַמעריקע האָט געליטן און צוגעצויגן ווייניק מתפּללים. לויטן רעדאַקטאָר מיניקעס איז איין סיבה געווען וואָס מע האָט די שילן נישט געשטיצט מיט געלט, אָבער ער האָט זיך אויך באַקלאָגט אויף די שילן, וואָס מע האַלט זיי שמוציק און פֿינצטער און קיין אַמעריקאַנער ייִדיש קינד וואָלט נישט געוואָלט אין זיי פֿאַרברענגען. 

נישט אַלע זכרונות פֿון דער אַלטער היים זענען געווען זיסע. אין מער ווי איין צושטײַער צו די „בלעטער” האָט מען דערמאָנט, אַז סוכּות האָבן די שקצים אין שטעטל אָנגעמאַכט צרות, ווי דער אויסצוג אין קלמן רייזענס ליד „אין סוכּה” (1910):

דורכן סכך הויך זעען זיך
הימלשטערן — חנדעלעך;
אויף דער גאַס די שקצימלעך
שפּילן זיך מיט שטיינדעלעך.
אין מײַן קליינעם סוכּהלע,
דאַכט זיך מיר, זיי צילן זיך;
גאָט, היט אײַן מײַן סוכּהלע,
ווען די שקצים שפּילן זיך.

אין אַבֿרהם רייזענס דערציילונג, „אַ סוכּותדיקער טאַטע”, קומט דער מאַן פֿון שטעטל צוריק אַהיים פֿון זײַנע געשעפֿטן בלויז איין מאָל אַ יאָר — סוכּות און האָט דערווײַל מיט זײַן פֿרוי 10 קינדער, וועמענס נעמען ער געדענקט אין גאַנצן נישט.

לויט ל. שאַפּיראָס זכרונות האָט מען בכלל נישט געבויט קיין סוכּה בײַ זײַן טאַטן אין שטעטל; בלויז צוגעגעבן אַ דאַך איבער אַ קאַ­מער, וווּ ס’זענען געלעגן אַ זעקל קאַרטאָפֿל, אַ קרענצל ציבעלעס און אַ פֿעסל באָרשט. דערנאָך האָט מען אויסגעשפּרייט צוויי „פֿליגל” פֿונעם דאַך, אַרײַנגעשטעלט אַ טיש מיט בענקעלעך, אַפֿילו אַ קאַנאַפּע, וווּ דער טאַטע איז געשלאָפֿן. אָבער אַ שטורעם האָט יעדעס יאָר אַלעמען אַרײַנ­געטריבן אין הויז און די סוכּה איז געוואָרן צוריק אַ קאַמער.

די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע האָט זיך אויסגעצייכנט מיט הומאָריסטן, און אינעם יום־טובֿ סוכּות האָבן זיי געפֿונען פֿון וואָס חוזק צו מאַכן. אַ. ד. אַגוז אין „דער שׂטן אַלס מליץ יושר”, דערציילט ווי אַ שיף פֿול מיט אתרוגים אויפֿן וועגן קיין אַמעריקע איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין אַ שטורעם, און די מלאכים אין הימל בעטן בײַם רבונו־של־עולם, ער זאָל ראַטעווען די שיף — אויב נישט צוליב די ייִדן, איז צוליב די אתרוגים. סײַ דער מלאך מיכאל, סײַ גבֿריאל בעטן רחמנות.

איז דער שׂטן געקומען צום כּיסא־הכּבֿוד און אַלע מלאכים האָבן מורא געהאַט, אַז ער וועט „אויפֿפֿירן אַן אינטריגע און וועט קאַליע מאַכן דאָס וואָס זיי האָבן דורך זייער געבעט מתקן געווען”. אָבער ניין! דער שׂטן האָט געזאָגט, אַז צוריקצוהאַלטן די אתרוגים איז צו גרויס אַ שטראָף פֿאַר די ייִדן, ווײַל בײַ כּלל־ישׂראל איז די דאָזיקע מיצווה זייער טײַער. דער אייבערשטער פֿאַרשטייט אָבער אַז דער שׂטן האָט דאָ עפּעס אין זינען און איז אים גוזר צו דערציילן וואָס איז זײַן אמתדיקע כּוונה.

און די כּוונה, האָט דער שׂטן דערציילט, נעמט זיך פֿון דעם, וואָס די מיצווה פֿון האָבן אַן אתרוג דערפֿירט צו אַ סך עבֿרות בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן, און דאָס איז דאָך וואָס דער שׂטן וויל. ער רעכנט אויס: דער מיסחר מיט אתרוגים איז נישט קיין כּשרער און מע פֿאַרקויפֿט מיט פּגימות אָן צו דערציילן; מע נעמט אַ סך מער געלט ווי זיי זענען ווערט; מען ווערט מקנא דעם ייִדן, וואָס האָט אַ שענערן אתרוג. דער שׂטן פֿאַרענדיקט זײַנע ווערטער — „און איך זאַמל דערווײַל גאַנצע זעק מיט רכילות, לשון־הרע, שׂינאה און אַנדערע עבֿירות, גרעסערע און קלענערע”.

דעם שטורעם האָט גאָט אײַנגעשטילט אָבער קיין גוטן פּאָרטרעט פֿונעם אימיגראַנטן־לעבן און פֿון סוכּות אין אַמעריקע שטעלט די דערציילונג נישט פֿאָר. 

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי האָט זיך אַ סך געביטן זינט „מיניקעס יום־טובֿ־בלעטער”?