„דער קליינער פּרינץ‟ — אַ משל פֿאַר ייִדישיסטן

A Yiddishist Take on "The Little Prince"

Elia Fisbein

פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי

Published October 25, 2017, issue of October 27, 2017.

אין דער הײַנטצײַטיקער וועלטלעכער ייִדיש־קולטור באַווײַזן זיך נאָך אַלץ נײַע באַאײַנדרוקנדיקע דערגרייכונגען אין טעאַטער, מוזיק, פֿילם אד״ג. און דערצו — נישט געקוקט אויף אַלע באַגרענעצונגען און מניעות וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור — קומען אויך נאָך אַלץ אַרויס נײַע שאַפֿונגען אויף ייִדיש אין פּראָזע, פּאָעזיע און איבערזעצונג.

איין קולטור־געוויקס אָבער איז כּמעט (און אפֿשר אין גאַנצן) נעלם געוואָרן פֿון אונדזער „פֿעלד“ — די קריטיק. דאָ רעד איך נישט מכּוח רעצענזיעס, נאָר פֿון אַן אמתער קריטיק אינעם פֿולן זינען פֿון באַגריף. דער „פֿאָרווערטס“ פּובליקירט, פֿאַרשטייט זיך, זייער באַלערנדיקע און קריטישע ביכער־רעצענזיעס אויף ייִדיש. אויך אין רעצענזיעס פֿון ספּעקטאַקלען, אויסשטעלונגען אאַז״װ קען מען טאַקע פֿון צײַט צו צײַט זיך אָנשטויסן אויף קריטישע, אַ מאָל אַפֿילו שאַרף קריטישע באַמערקונגען. אָבער אַ יסודותדיקע קולטור־קריטיק וואָס איז אויסן אָנצוצייכענען שטרעמונגען און באַוועגונגען אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קונסט, ליטעראַטור און קולטור, אַ קריטיק וואָס פּרוּווט זיי פֿאַרסך־‎הכּלען און אויסטײַטשן, אָדער אַ קריטיק וואָס וויל פֿירן געוויסע שטרעמונגען פֿון איין וועג אויף אַן אַנדערן — אַזאַ קריטיק איז פּשוט נישט מער בנימצא. און די ייִדיש־קולטור דאַרף זי שטאַרק האָבן.

אַ מאָל דאַכט זיך מיר אַז קיין אמתע קריטיק קען נישט עקסיסטירן אין אַ קליין ייִדישיסטיש וועלטל וווּ אַלע זײַנען מחותּנים. דערצו, זײַנען קולטורעלע שאַפֿונגען אויף ייִדיש אַזוי זעלטן, אַז מע וויל נישט אַנטמוטיקן די פּאָר קינסטלער וואָס שאַפֿן יאָ אויף ייִדיש. אָבער דאָס וואָס מע האָט נישט קיין אמתע קריטיק העלפֿט אַוודאי נישט דער ייִדישער קולטור. פֿאַרקערט. אויב די הײַנטצײַטיקע ייִדישע קולטור וויל אַרויסקריכן פֿון איבערגעטריבענער סענטימענטאַלקייט און פּוסטן קיטש, דאַרף זי האָבן אַ שעפֿערישע און שאַרפֿע קריטיק, וואָס זאָל זי אַ מאָל באַגלייטן, אַ מאָל ווײַזן איר דעם וועג. „דער קליינער פּרינץ“, אַ נײַע פּיעסע אויף ייִדיש (רעזשיסירט פֿון עמוס אורן) וואָס האָט דעביוטירט דעם 20סטן יוני 2017, איז אפֿשר אַן אָנהייב פֿון אַזאַ נייטיקער קריטיק.

איך וואָלט געקענט אָנהייבן מײַן רעצענזיע אויך מיט אַזאַ באָמבאַסטישן זאַץ: ווי אַן אויפֿפֿרישנדיקער ווינט האָט די טרופּע „טרוים־טעאַטער“ (פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער ― מעדעם־ביבילאָטעק) באַוויזן צו דערקוויקן דעם הייסטן טאָג אין פּאַריז מיט אַן אויסערגעוויינלעך רירנדיקער, פּאָעטישער און באַנײַערישער שאַפֿונג. נאָר זײַט באַוואָרנט: דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות איז נישט קיין אָביעקטיווער קריטיקער. אַזוי ווי איך בין אַ מחותּן* מיט דער דאָזיקער ייִדיש־אינסטיטוציע, זאָלט איר מיר נישט גלייבן אויפֿן וואָרט. אַדרבא, איך עצה אײַך צו גיין אויף די קומענדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿונעם „קליינעם פּרינץ“ אין פּאַריז, דעם 2טן און דעם 5טן נאָוועמבער, און משפּטן אַליין.

כאָטש קיין אָביעקטיווע רעצענזיע קען דאָס נישט זײַן, וויל איך פֿונדעסטוועגן אויסדריקן מײַן סוביעקטיוו געפֿיל אַז ווען דער דערציילער (מישעל פֿישביין) האָט איבערגעגעבן אין טעאַטער־זאַל אַנטואַן דע סאַנט־עקזיפּעריס פֿאַרחלומטע כּמו־זכרונות פֿון אַ פּילאָט וואָס באַגעגנט דעם קליינעם פּרינץ אינעם סאַהאַראַ־מידבר, האָב איך דערפֿילט ווי די נימאסדיקע היץ, וואָס האָט געהערשט יענעם טאָג אין פּאַריז, האָט זיך מיט אַ מאָל אונטערגעגעבן דער לויטערער לופֿט וואָס האָט אַרײַנגעבלאָזן נישט נאָר אין זאַל אַרײַן, נאָר אויך אינעם ייִדישן טעאַטער בכלל.

אין מידבר דערציילט דער קליינער פּרינץ דעם פֿאַרמאַטערטן פּילאָט וועגן זײַן פּלאַנעט, וווּ ער האָט געוווינט צוזאַמען מיט אַ רויז. נאָך דעם וואָס ער האָט זיך צעקריגט מיט דער רויז, לאָזט זיך דער פּרינץ אין וועג אַרײַן צו באַזוכן אַנדערע פּלאַנעטן, און צום־סוף — אויך אונדזער ערד. במשך פֿון זײַנע פֿאַנטאַסטישע נסיעות באַגעגנט ער פֿאַרשיידענע פּאַרשוינען: אַ מלך, אַ שיכּור, אַ לאַמטערן־צינדער אאַז״װ. די סצענעס האָט מען אויף דער בינע אויסגעצירט אין אַ פּאָעטישער דעקאָראַציע (געשאַפֿן ניקאָלאַ קורזשאָן) און קאָמיש־בריהשע קאָסטיומען (פֿון קלעמענט קורזשאָן). די פּיעסע ווערט באַגלייט פֿון אַ סובטילער און רירנדיקער מוזיק, קאָמפּאָנירט פֿון ניקאָלאַ דיפּאַן און געשפּילט דורך אַ טאַלאַנטפֿולן טריִאָ פֿון פֿידל (דיפּאַן), קלאַרנעט (עדן גערבער) און פּיאַנע (באַסטיען האַרטמאַן).

אָביעקטיוו צי סוביעקטיוו ― אין יענעם הייסן דינסטיק האָבן די ייִדישיסטישע קולטור־טוער אין פּאַריז, און איך בתוכם, געשעפּט אַ סך נחת פֿונעם ייִדישן קליינעם פּרינץ. נחת פֿון דער אייגענער קולטור איז אין אַלגעמיין אַ גוטע זאַך. עס דערמוטיקט און באַלוינט די וואָס זײַנען זיך עוסק מיט איר, אי „אויף דער בינע“ אי „הינטער די קוליסן“. אָבער צו פֿיל נחת קען דווקא שאַפֿן אַן אומקריטישע נחת־קולטור און דאָס קען טאַקע שאַטן.

בלויז שעפּן נחת פֿונעם פּראַכטיקן ספּעקטאַקל „דער קליינער פּרינץ“ וואָלט ניט געפּאַסט צום מחברס כּוונה. סאַנט־עקזיפּעריס גאָר פּאָפּולער און קלאַסיש בוך (פּובליקירט אין 1943) איז נישט נאָר אויסן צו געפֿעלן די לייענער ― „די דערוואַקסענע“ אין זײַן לשון ―, נאָר זיי אויך צו קריטיקירן. ווען די פּיעסע ענדיקט זיך מיט דעם נאַראַטאָרס ווערטער אַז „קיין דערוואַקסענער מענטש וועט עס קיין מאָל ניט פֿאַרשטיין“, שטעלט זיך באַלד די פֿראַגע: וואָס האָט מען אייגנטלעך געדאַרפֿט דאָ פֿאַרשטיין? וואָס איז די קריטיק פֿונעם קליינעם פּרינץ און פֿאַר וואָס איז זי שווער צו פֿאַרשטיין?

צי מיינט מען דאָ די לעכערלעכקייט פֿון די באַפֿעלן פֿון אַ קעניג וואָס דאַרף אַלע מאָל האָבן דאָס לעצטע וואָרט? אָדער די אַבסורדע אויפֿגאַבע פֿונעם לאַמטערן־צינדער, וואָס דערפֿילט זי יאָרן לאַנג אָן אַן איבערקלער, אַפֿילו ווען די יסודותדיקע מאַטעריעלע באַדינגונגען פֿון זײַן פּלאַנעט האָבן זיך געביטן? צי קריטיקירט מען די ציקלישע אַרגומענטאַציע פֿונעם שיכּור, וואָס לעבט אין זײַן אייגענעם ליגן?

די אָ אָלע קשיות און מוסר־השׂכּלען פֿאַרשטייט מען ממילא בײַם לייענען דאָס בוך, און ס’רובֿ פֿון פּובליקום אין פּאַריז האָט שוין געלייענט דעם „קליינעם פּרינץ“ אין די קינדער־יאָרן. דאָס פּובליקום אין זאַל האָט שוין פֿאַרשטאַנען אַז „די דערוואַקסענע“ האָבן אַלץ רעדוצירט צו נומערן און פֿאַרגעסן צו קוקן אויף דער וועלט מיט אַ קינדס פֿרישע אויגן, ווי סאַנט־עקזיפּערי האָט אונטערגעשטראָכן אין זײַן ווערק. אָבער וואָס איז די קריטיק פֿון אָט דעם ייִדישן קליינעם פּרינץ?

אויב מע קוקט זיך אַרײַן און מע הערט זיך באמת צו, אַזוי ווי דער קליינער פּרינץ פֿאַרלאַנגט בײַ אונדז, קען מען באַמערקן אַז אַ נײַע, טיפֿערע קריטיק געפֿינט זיך דווקא יאָ אין דער ייִדישער באַאַרבעטונג פֿאַר דער בינע.

זײַן דיאַלאָג מיט „די דערוואַקסענע“ איז בעצם אַ דיאַלאָג צווישן דרײַ דורות ייִדיש־רעדנדיקע. דער שמועס צווישן דעם קליינעם פּרינץ און דעם פּילאָט איז אַ שמועס צווישן אַ זון (לייבל ניבאָרסקי) און אַ טאַטן (וועלוול ניבאָרסקי). און בכלל באַקומט זיך אַ רושם אַז אין אַלע סצענעס דיאַלאָגירט דאָס קינד אויף ייִדיש מיט אַ ריי פּאַרשוינען וואָס וואָלטן געקענט זײַן זײַנע באָבע־זיידעס, מומעס און פֿעטערס.

דאָס קינד שטעלט כּסדר נײַע קשיות, האַרבע קשיות, און איז קיין מאָל נישט צופֿרידן מיט די אויבנאויפֿיקע קלאָץ־ענטפֿערס וואָס די דערוואַקסענע ייִדיש־רעדנדיקע גיבן אים. דער קליינער פּרינץ איז נישט סתּם „אַ נודניק“, ווי דער פֿרוסטרירטער פּילאָט/טאַטע רופֿט אים אָן אין אָנהייב פֿון דער פּיעסע, נאָר ער פֿאַרקערפּערט אַ יסודותדיקע קריטיק וואָס מע האָט זיך שוין צוגעוווינט נישט צו הערן. קודם־כּל: אַן עסטעטישע קריטיק. שוין אין אָנהייב פֿאָדערט דער פּרינץ אַ צייכענונג, אַ קונסטווערק הייסט עס, און הערט נישט אויף ביז ער באַקומעט אַ ווערק וואָס שפּיגלט אָפּ זײַן עסטעטישן און מאָראַלישן וועלטבאַנעם. און דערנאָך באַגעגנט ער אויף יעדן פּלאַנעט אַן אַנדער מענטשלעך־פּסיכאָלאָגישע פּאַטאָלאָגיע וואָס האָט ניט זעלטן אַ נאָענטן שײַכות צו די תּוך־פֿראַגעס פֿון דער ייִדישער קולטור הײַנט.

מע זעט עס, למשל, אין זײַן קאָמפּליצירטער באַציִונג צו דער רויז. דאָס האָדעווען און אײַנשטוביקן די רויז קען מען פֿאַרשטיין ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער קולטור־אַרבעט בכלל. אויך אין דער ייִדישער אַדאַפּטאַציע איז די רויז שיין, קאָקעטיש, פֿאָדערנדיק און שטעכיק, ווי די קולטור אפֿשר, אָבער דורך דער שטאַרק רירנדיקער פֿאָרשטעלונג פֿון מירעלע סיקאַרי־זאָלטי ― איינע פֿון די וועטעראַן־אַקטריסעס פֿון דער טרופּע ― באַקומט זיך אַז די אַמביוואַלענטע, כאָטש לאָיאַלע שטעלונג פֿונעם פּרינץ צו דער רויז ווערט פֿאַרגליכן צו דער באַציִונג צווישן אַן אייניקל און זײַן באָבען. אַזאַ באַציִונג צווישן דורות רעפּרעזענטירט אפֿשר מער ווי אַלץ דעם הײַנטצײַטיקן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור: אַ קולטורעלער דיאַלאָג וואָס היפּערט אָפֿט איבער אַ דור.

דער קאָמפּליצירטער משׂא־מתּן צווישן די דורות קומט צום אויסדרוק אויך אויפֿן קעניגס פּלאַנעט. דאָרט פֿאַרשטייט דער קליינער פּרינץ אַז הינטער די אַבסורדע באַפֿעלן פֿונעם אײנזאַמען און פֿאַרעלטערטן קעניג (אַביש קאָרנפֿעלד) שטייט נישט קיין אמתע מאַכט. ער האָט מיטלײַד פֿאַרן קעניג, אָבער אויך אַ גרויסן דרך־ארץ. לסוף, דורך אַ שעפֿערישער שפּראַכיקער קונץ (וואָס דערמאָנט אונדז די קונצן פֿון אָדיסעוס) באַווײַזט ער זיך צו באַפֿרײַען פֿון דעם קעניגס מוטוויליקער (אָבער נאָר כּלומרשטיקער) שליטה, אָן צו באַליידיקן אָדער פֿאַרדריסן אים. די רירנדיקע סצענע מײַדט אויס אַ יוגנטלעך־אַראָגאַנטע קריטיק קעגן דעם אַלטן דור און שטעלט פֿאָר אויף איר אָרט אַ קאָנסטרוקטיוון מוסטער אויף אָנצוּווענדן דעם פּסוק „דור הולך ודור באָ“ — אָן דער צעשטערערישער עדיפּאַלישער גוואַלד וואָס כאַראַקטעריזרט יענעם דור וואָס האָט געוואָלט זיך אויסטאָן פֿון דער עלטערן־ירושה.

אַחוץ דעם סוזשעט „צווישן דורות“ קען מען געפֿינען בײַם ייִדישן קליינעם פּרינץ אויך אַנדערע קריטישע פּערספּעקטיוון אין שײַכות צו דער ייִדישער קולטור און אירע אַרויסרופֿן.

אפֿשר די עלטסטע און טיף־פֿאַרוואָרצלטע מניעה אין דער ייִדישער קולטור איז די בושה וואָס ייִדיש־רעדנדיקע פֿלעגן פֿילן לגבי דער אייגענער שפּראַך. אויפֿן פּלאַנעט וווּ עס וווינט דער שיכּור (אַניק פּרים־מאַרגוליס) קאָנפֿראָנטירט דער קליינער פּרינץ טאַקע דעם גוט־באַקאַנטן פּסיכאָלאָגישן מעכאַניזם פֿון פֿאַרשטױסונג און פֿאַרלייקענונג צוליב בושה. דער שעדלעכער בושה־מעכאַניזם לגבי ייִדיש געהערט, צום באַדויערן, נישט נאָר דער השׂכּלה־תּקופֿה, נאָר מע קען אים געפֿינען אויך הײַנט.

די סצענע מיטן אָנגעבלאָזענעם כּבֿוד־זוכער (בעטי רײַשער), וואָס זינגט מיט אַ נאָסטאַלגיש התלהבֿות „בײַ מיר ביסטו שיין“, קען מען אינטערפּרעטירן ווי אַ שאַרפֿע און חוזקדיקע קריטיק פֿון דער סענטימענטאַלקייט און קיטש וואָס באַהערשן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע קולטור. די סכּנה אין דער נאָסטאַלגישער תּשוקה צו דער פֿאַרגאַנגנהייט ווערט דײַטלעך אויך אין דער סצענע מיט דער שלאַנג (אַניק פּרים־מאַרגוליס), וואָס זאָגט לאַקאָניש צו אַז זי „קען ברענגען מענטשן צוריק צו דער ערד פֿון וואַנען זיי זײַנען אַרויס“.

און ווײַטער: די ווילד־קאָמישע סצענע מיט די ביזנעסלײַט (מאַריאָן בלאַנק און וועלוול ניבאָרסקי) איז, אַ פּנים, אַ רמז אויף דער טענדענץ צו רעדוצירן קולטורעלע פֿראַגעס צו ציפֿערן. אויך אין די סצענעס מיטן פֿוקס (עמוס אורן) און מיט די אַנדערע רויזן (לאהלע אַפּטייקער־פֿישביין, מאַריאָן בלאַנק, אַביש קאָרנפֿעלד און בעטי רײַשער) ווערט קלאָר אַז די הײַנטצײַטיקע קולטורעלע אויפֿגאַבעס זײַנען ניט קיין פֿראַגע פֿון קוואַנטיטעט, נאָר פֿון דער באַזונדערער קוואַליטעט. מע דאַרף אויפֿפֿאָדערן און אַרויספֿאָדערן די קולטור צו גיין וואָס ווײַטער, נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן אָדער אויף ווי גרויס איז דער עולם.

טאַקע, אַפֿילו ווען די קולטור־אַרבעט זעט אויס ווי די סיזיפֿישע אויפֿגאַבע פֿונעם פֿאַרמאַטערטן לאַמטערן־צינדער (לאהלע אַפּטייקער־פֿישביין), עצהט דער קליינער פּרינץ נישט מפֿקיר זײַן די אויפֿגאַבע, נאָר מאַכן זי דערטרעגלעך, און ווי? דורכן לאָזן זיך אין אַ באַוועגונג…

  • טל חבֿר־כיבאָווסקי איז דער דירעקטאָר פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער ― מעדעם־ביבליאָטעק.