ישׂראלדיקע אײַנרעדענישן וועגן העברעיִש

Israeli Misconceptions About The Hebrew Language

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published June 15, 2018.

אינעם עדיטאָריאַל אין יוני־נומער „פֿאָרווערטס“ שרײַבט דער שעף־רעדאַקטאָר, שׂרה־רחל שעכטער, אַז דער צוגאַנג פֿון עבֿרית־רעדערס צו זייער לשון איז אַ סך געזינטער ווי דאָס פֿון ייִדיש־רעדערס: זיי זענען ס׳אייגענע לשון נישט מבֿטל, נעמען אָן נעאָלאָגיזמען פֿון אליעזר בן־יהודה ביז דער הײַנטיקער שפּראַך־אַקאַדעמיע און וואַרפֿן נישט גלאַט אַזוי אָפּ קיין לײַווערטער; פֿאַרקערט, זיי זענען צופֿרידן וואָס ס׳איז פֿאַראַן אַ סך מיטלען צו באַרײַכערן ס׳לשון. פֿאַר וואָס האָט ייִדיש נישא אַזאַ נחת? מסכּים. אָבער כ׳האַלט, אַז צו דעם בילד דאַרף מען נאָך היפּש צוגעבן.

קודם־כּל איז נישט אמת, אַז אַלע נעאָלאָגיזמען ווערן גלײַך אָנגענומען אָן קיין שום ווידערשטאַנד. אָט איז דורכגעפֿאַלן בן־יהודהס „שחרחוק“ — געוווּנען האַָט „טלפון“ (טעלעפֿאָן). אַזוי אויך טייל נײַ־שאַפֿונגען פֿון דער אַקאַדעמיע אָדער פֿון שפּעטערדיקע פֿילאָלאָגן. דער חילוק איז, אָבער, אַז קיינער וואַרפֿט נישט פּרינציפּיעל אָפּ דעם גאַנצן ענין נײַע ווערטער; אַזאַ פּרינציפּ מישטיינס געזאָגט איז, פֿאַרשטייט זיך, יאָ פֿאַרשפּרייט בײַ רעדערס פֿון מאַמע־לשון. דער פּועל־יוצא: בן־יהודה איז געווען אַ גאָון; ווײַנרײַך, פּרילוצקי, בירנבוים, שעכטער, ניין — די גאַנצע פּלעיאַדע ייִדישע פֿילאָלאָגן איז אַ חבֿרה בטלנים און טשודאַקעס.

פֿאַר וואָס ס׳איז אַזוי? ס׳איז אַ פּאַראַדאָקס, אָבער דאָס וואָס די העברעיִסטן האָבן געמוזט שאַפֿן אַ יש־מאין — נישט ס׳לשון, נאָר דעם ציבור רעדערס — הייסט, אַז אָט דער ציבור איז געווען חומר ביד היוצר, דהײַנו: מע האָט פֿון אים געקענט מאַכן וואָס מע וויל. די הײַנטצײַטיקע דורות עבֿרית־רעדערס האָבן אין שײַכות מיטן לשון נישט געהאַט קיין פּניות, בשעת ייִדיש־רעדערס, מיט טויזנט־יאָריק טיפֿע וואָרצלען, האָבן אָנגעקליבן פּניות ביז צום הימל… אײַ, לשון־קודש/עבֿרית איז עלטער פֿון מאַמע־לשון? אָבער דער קיבוץ ייִדיש־רעדערס האָט נישט קיין לאַנגן בלויז אין מיטן; דער קיבוץ עבֿרית־רעדערס — יאָ.

חוץ דעם האָט מען אויסגעלערנט ישׂראלים, אַז זייער לשון איז דאָס עכטע, דאָס אמתע לשון פֿון תּנך און אַז דער אַשכּנזישער נוסח איז אַ פֿאַרדאָרבענער. נישט איין מאָל בין איך נשתּומם געוואָרן, ווען אַ ישׂראלי אַ ייִדיש־קענער און ־ליבהאָבער האָט זיך אַזוי אויסגעדריקט, אַז דאַנקען גאָט וואָס ער און זײַנס גלײַכן האָבן געראַטעוועט לשון־קודש פֿון דער אַשכּנזישער פֿאַרגרײַזטקייט. טשיקאַווע, אָבער, וואָס סע שרײַבט וועגן דעם מאַקס ווײַנרײַך אין זײַן „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך“:

„בײַ הײַנטיקן טאָג קומט אויס צו הערן, אַז די ספֿרדישע הבֿרה איז די ׳ריכטיקע׳ און די אַשכּנזישע אַ פֿאַרגרײַזונג [אָבער] ספֿרדישע מדקדקים זײַנען גאָרניט געווען אַזוי אײַנגעגלייבט אין דער שלמות פֿון זייער הבֿרה‟. דער ביטול צו דער אַשכּנזישער הבֿרה איז גיכער אַ פּראָדוקט פֿון … אַשכּנזים בונטאַרן, וואָרן ווער דען זענען עס געווען די פֿאָנען־טרעגערס פֿון עבֿרית?

דער אמת איז, אַז נישט־געקוקט אויף דעם וואָס דאָס הײַנטיקע ישׂראלדיקע לשון איז זיך געגאַנגען זײַן אייגענעם וועג — אין אַ גרויסער מאָס אַ דאַנק די השפּעות פֿון „פֿרעמדע“, על ראשון ראשון ייִדיש — האָט מען אויפֿגעהאָדעוועט שוין אַ שיינע פּאָר דורות וואָס גלייבן באמונה־שלמה, אַז זיי רעדן ס׳לשון פֿון תּנך. און וויי צו דעם וואָס טענהט אַנדערש: דער יונגער לינגוויסט גלעד (גילאַד) צוקערמאַן זאָגט זיך אָפֿט מאָל אַרויס, אַז ס׳זענען גאָר צוויי באַזונדערע לשונות, און פֿאַר דעם באַפֿאַלט מען אים פֿון אַלע זײַטן, אַזוי ווי אַזאַ מיינונג וואָלט געווען ממש אַ חילול־השם…

הײַנט פֿאַר וואָס זשע האָבן ייִדיש־רעדערס נישט קיין דרך־ארץ פֿאַר זייער לשון? וואָרן קיינער האָט זיי נישט אויסגעלערנט (לייען: געהאַקט אין קאָפּ אַרײַן), אַז זייער לשון איז מיט לײַטן גלײַך, נאָר פּונקט פֿאַרקערט. מאַמע־לשון האָט קיין מאָל נישט געקענט קומען צו די קנעכל פֿון לשון־קודש, טאָ פֿאַר וואָס זשע זאָל איצט זײַן אַנדערש?

חוץ דעם געניסט עבֿרית, פֿאַרשטייט זיך, אויך פֿון מלוכהשאַפֿט, פֿון דעם, אַז ס׳רעדן עס איז, לויטן שאַבלאָן, אַזוי אָנגענומען ווי אָטעמען. מע קען זיך גאַנץ פֿײַן אויסלעבן אויף דעם לשון צי מע איז אַ מאַרקזיצער צי אַ פּראָפֿעסאָר. אויף מאַמע־לשון, ווידער, האָט מען זיך געקענט אויסלעבן אין אַ ריין ייִדישער סבֿיבֿה, נאָר טאָמער האָט מען זיך געוואָלט אַרויפֿאַרבעטן האָט מען געמוזט עס טאָן אויף דער לאַנדשפּראַך.

דער מוסר־השׂכּל: כּדי צו באַווײַזן דעם נס פֿון שאַפֿן אַ לאַנד, ציבור און אַ מלוכה וווּ מע רעדט אַ נישט־גערעדט לשון האָט מען געדאַרפֿט זײַן ממש משוגע לדבֿר אחד — העברעיִזם. אויך די קלענערע נסים, דאָס מאַכן פּויערשע לשונות פֿאַר מלוכישע — טשעכיש, סלאָוואַקיש, ליטוויש אד״גל — האָבן געפֿאָדערט אַ טעריטאָריע, אַ ציבור און אַן אײַזערנעם ווילן.

צי ווען ער איז פּונקט אַזוי „אײַזערן״ וואָלט דער ייִדישיזם אויך געקענט באַווײַזן אַזאַ נס וועלן מיר קיין מאָל נישט וויסן. אָן אַ מלוכה, אָבער, איז מאַמע־לשון נישט געווען באַשערט צו ווערן אויס שיפֿחה, אַ באַלעבאָסטע פֿאַר זיך.