„טבֿיה, די עכטע סחורה‟: אַ גרויסער דערפֿאָלג אויף צוויי שפּראַכן

"Tevye Served Raw" — A Theatrical Triumph in Two Languages

שיין בייקער, אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן
Jonathan Smith
שיין בייקער, אַלען לויִס ריקמאַן און יעלענע שמואלענסאָן

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 24, 2018.

אַ דאַנק דעם וואָס דער „פֿאָלקסבינעס‟ ייִדישער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז סײַ אַ קריטישער, סײַ אַ קאָמערציעלער דערפֿאָלג, האַלט מען בײַ אונדז אין ניו־יאָרק אין איין רעדן וועגן טבֿיה דער מילכיקער און שלום־עליכם.

ווי עס ווייסן גוט די לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, זענען פֿאַראַן אַ סך אונטערשיידן צווישן שלום־עליכמס מעשׂיות וועגן טבֿיה און דעם בראָדוויי־מיוזיקל, וואָס די מעשׂיות האָבן אינספּירירט. ס׳רובֿ מענטשן וואָס זעען „פֿידלער‟ האָבן אָבער קיינמאָל ניט געלייענט קיין דערציילונגען פֿון שלום־עליכם. כאַפּן זיי ניט דערפֿאַר, ווי אַנדערש עס איז דער פֿריילעכער מיוזיקל וועגן „טראַדיציע‟ פֿון די אָפֿט טראַגישע טבֿיה־מעשׂיות, אין וועלכע, למשל, טבֿיהס טאָכטער שפּרינצע באַגייט זעלבסטמאָרד דורכן וואַרפֿן זיך אין טײַך אַרײַן.

ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל כאָטש „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז אַ באַליבטער אַמעריקאַנער מיוזיקל, איז עס פֿון אַ ליטעראַרישן שטאַנדפּונקט אַ סך שוואַכער ווי שלום־עליכמס טבֿיה־מעשׂיות. אַ מזל דערפֿאַר, וואָס די ניו־יאָרקער תּושבֿים קענען זיך איצט באַקענען מיטן „עכטן‟ טבֿיה דעם מילכיקן, ווי אויך אַנדערע העלדן פֿון שלום־עליכם דורכן זען די פּיעסע „טבֿיה — די עכטע סחורה‟ Tevye Served Raw אַן אָוונט פֿון דערציילונגען און סקיצעס פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער. די פֿאָרשטעלונג, וואָס ווערט באַאַרבעט שוין עטלעכע יאָר דורכן אַקטיאָר, דראַמאַטורג און רעזשיסאָר אַלען לויִס־ריקמאַן און זײַן קאָלעגע — דער אַקטיאָר און קאָמיקער שיין בייקער, ווערט פּרעזענטירט צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק דורכן „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟. צוזאַמען מיט זיי שפּילט ריקמאַנס אָפֿטע פּאַרטנערקע אויף דער בינע (ווי אויך זײַן לעבנס־באַגלייטערין מחוץ איר) — די אַקטריסע יעלענע שמואלענסאָן.

אויף ייִדיש זענען ריקמאַן און שמואלענסאָן צום בעסטן באַקאַנט פֿאַרן שפּילן דאָס שטעטלדיקע פּאָרפֿאָלק וועלוול און דאָרע אינעם פֿילם „אַן ערנסטער מענטש‟ פֿון די ברידער כּהן. אויף ענגליש זעט מען זיי אָפֿט אויף דער טעלעוויזיע אין אַזעלכע פּראָגראַמען ווי „די אימפּעריע פֿון דער ים־פּראָמענאַדע‟, „אָראַנדזש איז דער נײַער שוואַרץ‟ און „די פֿאַנטאַסטישע מיסעס מײַזל‟. שיין בייקער, אַחוץ זײַן אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟, איז באַקאַנט ווי אַן אַקטיאָר אויף דער ייִדישער בינע, איינער פֿון די טאַלאַנטירטסטע רעציטאַטאָרן פֿון ייִדישע לידער און מאָנאָלאָגן און דער ייִדישער איבערזעצער פֿון „וואַרטן אויף גאָדאָ‟.

„טבֿיה, די עכטע סחורה‟ שטאַמט פֿון מאַטעריאַל, וואָס בייקער און ריקמאַן אַדאַפּטירן, זעצן איבער און שטעלן פֿאָר שוין עטלעכע יאָר אויף די יערלעכע יאָרצײַט־פּראָגראַמען לזכר שלום־עליכם. כאָטש די פֿאָרווערטס־לייענער האָבן אפֿשר געזען אַ טייל פֿון די סקיצעס אין אַ פֿריִערדיקן נוסח, איז עס כּדאַי צו זען די איצטיקע אויפֿפֿירונג ווײַל עס שטעלט מיט זיך פֿאָר זייער אַ געראָטן געמיש פֿון הומאָר און טראַגעדיע, כּמעט חצי־חצי. די געניאַלקייט פֿון דער פּראָגראַם באַשטייט ניט בלויז פֿונעם אויסקלײַב פֿון די סצענעס אָדער אינעם טריאָס טאַלאַנט ווי אַקטיאָרן, נאָר דווקא אינעם אופֿן ווי אַזוי די פּיעסע ווערט רעזשיסירט.

אין דער ערשטער סצענע, אַן אַדאַפּטאַציע פֿון דער אײַזנבאַן־געשיכטע „ס׳אַ ליגן‟, באַנוצט מען זיך מיט אַן אינטערעסאַנטן מיטל איבערצוזעצן דעם דיאַלאָג. אַנשטאָט צו פּראָיעקטירן ענגלישע איבערקעפּלעך, דינט ריקמאַן אַליין ווי אַן איבערזעצער, וואָס שטייט צווישן בייקער און שמואלענסאָן בעת זיי זאָגן זייערע רעפּליקן אויף ייִדיש. בשעתן פֿאַרטײַטשן פֿאַרן עולם מאַכט ריקמאַן אַליין נאָך די טענער און מינעס פֿון ביידע אַקטיאָרן, נאָר מיט דווקא אַן אַמעריקאַנער „וואָדעוויל‟־טעם. דאָ, אין דער געשיכטע, טרײַבט אַ ייִד רכילות וועגן דעם נגיד פֿון זײַן שטעטל בשעת ער זאָגט צו, אַז ער רעדט ניט קיין לשון־הרע, ווײַל אַלצדינג וואָס ער גיט איבער איז סײַ ווי סײַ „אַ ליגן‟. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ אַבסורדער סיטואַציע, הייבט ריקמאַן אָן אומגעדולדיק צו שרײַען בײַם נאָכמאַכן בייקער און שמואלענסאָן, אַזש זײַן פּנים ווערט רויטלעך.

מע שטעלט פֿאָר אַן אַדאַפּטאַציע פֿון דער מעשׂה  „ס׳אַ ליגן‟
Jonathan Smith
מע שטעלט פֿאָר אַן אַדאַפּטאַציע פֿון דער מעשׂה „ס׳אַ ליגן‟

ס׳רובֿ פֿאָרשטעלונגען מיט אַ צוויישפּראַכיקן דיאַלאָג זענען נודנע פֿאַר די וואָס פֿאַרשטייען ביידע שפּראַכן אָבער אין דעם פֿאַל גיט ער אַ סך צו. ריקמאַנס ענגלישע איבערזעצונגען כאַפּן אויף די כּלערליי שיכטן פֿון שלום־עליכמס רײַכן לשון. געוויסע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן ווערן פֿאָרגעשטעלט אין אַ פֿאַרצײַטישן ענגליש וואָס דערמאָנט דעם דיאַלאָג פֿון די האָליוווּדער באַנדיטן־פֿילמען מיט דזשיימס קאַגני פֿון די 1930ער יאָרן. אין אַנדערע מאָמענטן — למשל, אין די הקדמות צו די בריוו, וואָס מנחם־מענדל און זײַן פֿרוי שיינע־שיינדל שרײַבן זיך איבער — הערט מען אַ מליצהדיקן ענגליש, וואָס פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון די לשון־קודשדיקע באַגריסונגען אינעם אָריגינאַל.

אַלע דרײַ אַקטיאָרן זענען וווּנדערלעכע קאָמיקער מיט אַ געוואַלדיקן חוש פֿאַרן דערקענען די פּינטקלעכע סעקונדע, ווען מע דאַרף געבן דעם שפּיץ פֿון אַ וויץ, אָבער אין דער זעלבער צײַט צייכנט זיך „טבֿיה, די עכטע סחורה‟ דווקא אויך אויס מיט אירע טראַגישע סצענעס. להיפּוך צו די פֿריילעכע מאָמענטן, ווען מע שטעלט פֿאָר די צוויישפּראַכיקע רעפּליקן, שפּילט מען די ערנסטע סצענעס בלויז אויף ייִדיש, מע זאָל ניט איבערהאַקן דעם ריטעם פֿונעם דיאַלאָג. איך האָב אַליין באַמערקט אַז בעת טבֿיה (ריקמאַן) האָט גערעדט וועגן דער טאָכטער חוה, שטייענדיק פֿאַר זײַן פֿאַרברענטן הויז, האָבן אַ צאָל מענטשן זיך צעוויינט. די סצענע, אָן קיין שום דעקאָראַציעס אָדער קינסטלערישע עפֿעקטן, האָט אַלעמען אַ שטאָך געטאָן אין האַרצן. ריקמאַן און שמואלענסאָן, וואָס האָבן מיט בלויז אַ צען מינוט פֿריִער אַרויסגערופֿן געלעכטער בײַם עולם האָבן אין קורצן אַלעמען איבערגעלאָזט אָן לשון.

בלויז אַ געציילטע צאָל שרײַבער פֿאַרמאָגן, ווי שלום־עליכם, אַזאַ טיפֿקייט אין זייערע ווערק, אַז זיי קענען אַזוי עפֿעקטיוו שילדערן סײַ קאָמעדיע, סײַ טראַגעדיע (און אַ סך ווייניקער קענען, אַזוי ווי שלום־עליכם, טאָן ביידע גלײַכצײַטיק). דערצו זענען דאָ ווייניק טעאַטראַלישע טרופּעס, וואָס קענען געהעריק איבערגעבן אין איין פֿאָרשטעלונג אַזאַ געמיש פֿון מענטשלעכע געפֿילן.

ממש אַ שטיקל נס איז עס דערפֿאַר, וואָס שלום־עליכמס ווערק האָבן געפֿונען דרײַ אַקטיאָרן, וואָס זענען בכּוח זיי צו אינסצענירן אויף אַן אופֿן, וואָס רעדט צום הײַנטיקן עולם אָן דעם אַז עס זאָל, אַזוי ווי דער מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, זײַן נאָסטאַלגיש, באַנאַל אָדער איבערגעטריבן.

לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט האָבן נאָך געלעגנהייטן זיך צו באַקענען מיט אַזאַ „עכטער סחורה‟.