ביבליאָגראַפֿיע פֿון איבערגעזעצטע ייִדישע ווערק פֿון 2018

Comprehensive Bibliography of Translated Yiddish Works Published in 2018

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 15, 2019.
Forverts Montage

די צוויי יאָר אין וועלכע איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ (2011־2013) זענען אויך, צופֿעליק, געווען אין דער זעלביקער צײַט אין וועלכער מע האָט פּלאַנירט די סטיפּענדיע־פּראָגראַם פֿאַר איבערזעצער און אויסגעשולט די ערשטע גרופּע.

צו יענער צײַט האָט מען אַרומגערעדט פֿאַרשידענע פּראָבלעמען פֿאַרבונדן מיטן איבערזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש. איין שוועריקייט איז מיר פֿון אָנהייב אָן געווען טשיקאַווע, ווײַל עס באַשטייט פֿון אַ שטיקל פּאַראַדאָקס: כאָטש מע האָט געוווּסט אַז זייער ווייניק ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור זענען איבערגעזעצט געוואָרן, איז עס געווען אוממעגלעך אויסצוגעפֿינען וועלכע ווערק מע האָט שוין יאָ געהאַט איבערגעזעצט.

כּדי צו דערלייזן דעם ענין האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ לאַנצירט אַן אַמביציעזן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון אַלע ווערק, וואָס מע האָט אַמאָל איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף ענגליש. מע האָט אָבער גלײַך דערזען, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך: כאָטש מע וואָלט אפֿשר געקענט, צו ביסלעך, געפֿינען ס׳רובֿ ביכער און אַנטאָלאָגיעס, וואָס נעמען אַרײַן איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, קען מען ניט געפֿינען אַלע אַרטיקלען, דערציילונגען, און לידער, וואָס זענען אַמאָל דערשינען אין זשורנאַלן און צײַטונגען.

היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך סתּם לייענער, וועלן אָבער מער ניט דאַרפֿן זוכן די איבערגעזעצטע ווערק, וואָס זענען אַרויס אין 2018. „אין געוועב‟ האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון אַלע ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס מע האָט במשך פֿון דעם יאָר אַרויסגעלאָזט אויף אַנדערע שפּראַכן — ענגליש, פֿריינצייזיש, פּויליש, העברעיִש, רוסיש, ליטוויש, דײַטשיש און איטאַליעניש.

די ביבליאָגראַפֿיע נעמט אַרײַן ניט בלויז יענע ווערק, וואָס זענען דערשינען צווישן טאָוולען, נאָר אויך ווערק וואָס זענען אַרויס אין פֿאַרשידענע ליטעראַרישע זשורנאַלן אין אַמעריקע, פֿראַנקרײַך, און פּוילן, ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך אויף דער אינטערנעץ. און זי האָט נאָך אַ מעלה: אין דער ביבליאָגראַפֿיע געפֿינט מען פֿאַרבינדונגען צו אַלע דערציילונגען און לידער, וואָס געפֿינען זיך „אָנלײַן.‟