ישׂראלדיקע קאָסמאָסשיף אויפֿן וועג צו דער לבֿנה

Israeli Spacecraft to Land on the Moon

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 22, 2019.

געװײנטלעך אַז מע רעדט פֿון ייִדן און קאָסמאָס, מײנט מען די ייִדישע קאָסמאָנויטן און אַסטראָנויטן וואָס זענען געפֿלויגן אין די העכערע הימלען ווי אַ טייל פֿון די סאָוועטישע און אַמעריקאַנער קאָסמאָס־פּראָגראַמען. כאָטש די רוסן און כינעזער שיקן ווײַטער אַרויס מענטשן אין וויסטן חלל פֿון קאָסמאָס אַרײַן, איז עס קלאָר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די 1960ער־1980ער יאָרן, פֿירט מען דורך אַ סך ווייניקער מיסיעס אַזעלכע. „נאַסאַ‟, די אַמעריקאַנער מלוכישע קאָסמאָס־אַגענטור, האָט שוין בכלל אויפֿגעהערט אַרויסצושיקן אַסטראָנויטן.

די „קאָסמאָס־עקספּלאָראַציע‟ מאַכט אָבער ניט באמת דורך קיין ירידה, נאָר אַ סך ענדערונגען. להיפּוך צו די מלוכישע פּראָגראַמען פֿון אַמאָל, ווערן ס׳רובֿ ראַקעטן הײַנט אַרויסגעשיקט דורך פּריוואַטע פֿירמעס, וואָס באַקומען שטיצע און רעסורסן פֿון רעגירונגען. אַנשטאָט מענטשן שיקט מען געוויינטלעך אַרויס זאָנדן (probes) און ראָבאָטן, זיי זאָלן פֿאָרן אין ערטער, וווּ מענטשן קענען ניט, און אויספֿאָרשן דעם אַרום. פֿון אַזעלכע זאָנדן דערוויסט מען זיך כּלערליי פּרטים וועגן די אַנדערע פּלאַנעטן אין אונדזער זונסיסטעם און װעגן די לבֿנות, וואָס רינגלען זיי אַרום.

ישׂראל שפּילט אויך אין דעם אַ בכּבֿודיקע ראָלע. לעצטנס האָט די ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע SpaceIL, וואָס ווערט אונטערגעשטיצט סײַ דורך דער ישׂראלדיקער רעגירונג סײַ דורך פּריוואַטע מנדבֿים, אַרויסגעשיקט איר קאָסמאָסשיף „בראשית‟, מיטן ציל צו דערגרייכן די לבֿנה. די שיף איז אַרויס פֿון „קייפּ־קאַנאַוועריל‟, די אַמעריקאַנער לופֿטפֿלאָט באַזע, פֿון וואַנען מע האָט אַמאָל אַרויסגעשיקט ראַקעטן מיט אַמעריקאַנער אַסטראָניוטן. דער ראַקעט אויף וועלכן ס׳איז געפֿלויגן „בראשית‟ איז געמאַכט געוואָרן דורך דער אַמעריקאַנער פֿירמע SpaceX, מיט עלאָן מאָסק בראָש.

נאָך דעם װי די קאָסמאָסשיף איז אַרויף אַזוי װײַט אין די הימלען, אַז דער צוצי־קראַפֿט פֿון דער ערד האָט מער ניט געקענט ווירקן אויף איר, האָט „בראשית‟ זיך אָפּזונדערט פֿונעם SpaceX־ראַקעט. נאָך אַנדערהאַלבן חודש וועט „בראשית‟ פֿאַרבײַפֿאָרן די לבֿנה און דאָרטן וועט זי „געכאַפּט‟ ווערן דורך דער לבֿנהס גראַוויטאַציע און דערנערנטערן זיך צו איר. אַ מאַנשאַפֿט וויסנשאַפֿטלער אין ישׂראל וועט דעמאָלט פּרובירן פֿאַרזיכערן, אַז די קאָסמאָסשיף זאָל בשלום לאַנדן אויף דער לבֿנה.

אין דער קאָסמאָס־שיף געפֿינען זיך אויך עטלעכע חפֿצים װאָס האָבן נישט קיין שײַכות צו דער װיסנשאַפֿט: די זכרונות פֿון אַ שארית־הפּליטה ייִד, אַ ישׂראלדיקע פֿאָן, און אַ תּנ׳׳ך.
אויב דער פּרוּוו װעט מצליח זײַן, וועט ישׂראל װערן בלויז דאָס פֿערטע לאַנד צו שיקן אַ קאָסמאָסשיף אָדער זאָנד אויף דער לבֿנה. ביז איצט האָבן עס געטאָן כינע, דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און די פֿאַראײניקטע שטאַטן.

די הויפּט־וויסנשאַפֿטלעכע פֿראַגע, וואָס די ישׂראלדיקע מאַנשאַפֿט וויל אויספֿאָרשן דורך דער „בראשית‟־מיסיע, איז צו מעסטן די גרייס און ווירקונג פֿון דער לבֿנהס מאַגנעטישן פֿעלד. די קליינע קאָסמאָסשיף, וואָס האָט אַ הײך פֿון 6 פֿיס און וועגט 300 פֿונט, וועט טאָן איר אַרבעט אויף דער לבֿנה בלויז בערך צוויי טעג.