אַ קורצע געשיכטע פֿונעם האַנטדרוק

פֿון לייזער בורקאָ

Published December 07, 2012, issue of December 07, 2012.

מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך זיך עפּעס געגעבן אַזאַ קלאַפּ, אַז די רעכטע האַנט האָט מיר וויי געטאָן אין משך פֿון היפּשע עטלעכע חדשים; צום גליק, ניט כּסדר, נאָר ווען מען האָט מיר די האַנט געגעבן אַ קוועטש. איך האָב געוווּסט, אַז איך דאַרף זיך היטן, אָבער יעדעס מאָל וואָס איך האָב זיך באַקענט מיט עמעצן און יענער האָט מיר געגעבן די האַנט, האָב איך אים אינסטינקטיוו, ניט־טראַכטנדיק, אויך דערלאַנגט מײַן האַנט. כ׳האָב זיך גע­כאַפּט ערשט, נאָך מײַן געשריי פֿון ווייטיק, וואָס האָט מיך אַליין און דעם נײַעם באַ­קאַנטן אַ ביסל שאָקירט.

כאָטש מע טראַכט ניט וועגן דער דאָזי­קער פּשוטער האַנט־באַ­וועגונג, ליגט אין איר אַ וועלט מיט קולטורעלע און סאָציאַלע ניואַנסן. בײַ געוויסע פֿעלקער, למשל, בײַ אונדז אַמעריקאַנער, ווײַזט מען אַרויס די אייגענע אַנט­שלאָסנ­קייט און פֿאַרלאָזלעכ­קייט דורכן דריקן די האַנט שטאַרק — אַ סימן פֿון מענע­רישקייט, וואָס איז (ניט צו­פֿעליק) מער פֿאַרשפּרייט צווישן מענער ווי פֿרויען. אָבער בײַ די מו­סולמע­נער און אין ווײַטן מיזרח פּאַסט ניט צו דריקן די האַנט מיט כּוח, עס מאַכט מער אַ גראָביונ­גישן אײַנ­דרוק. די כּללים, ווי אַזוי מע דריקט די האַנט, וועמען יאָ און ווע­מען ניט, צי נאָר מע­נער, צי פֿרויען אויך — וועגן דער דאָזי­קער חכמת־היד קען מען אָנ­שרײַבן אַ גאַנצן דאָק­טאָראַט.

מיסטער ספּאַק, פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Star Trek,
באַגריסט מענטשן מיטן וווּלקאַנישן סאַלוט
מיסטער ספּאַק, פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Star Trek,
באַגריסט מענטשן מיטן וווּלקאַנישן סאַלוט

דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דער­קענט בלום צוויי מי­ני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנע­לער „האַנט-ריר” צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם „נײַעם העב­רעיִשן האַנט­דרוק” צווישן די וועלט­לע­כע „חילונים‟. דער ציוניזם האָט אײַנגעפֿירט דעם „נײַעם העב­רעיִשן האַנטדרוק”, כּדי אַרויס­צוּ­ווײַזן דעם פֿיזישן כּוח פֿו­נעם „נײַעם ייִד”, דעם „העברע­ער” (עבֿרי), וואָס באַאַרבעט די ערד און האָט ניט מורא פֿאַר גע­ווער. ניט נאָר דריקט דער חילוני גאָר פֿעסט די האַנט, ער גיט אויך אַ שטאַרקן פּאַטש אויפֿן אַקסל מיט דער צוויי­טער האַנט, וואָס דאָס הייסט אויפֿן הײַנטיקן העב­רעיִש „צ׳פּחה” (טשאַפּ­כאַ — פֿון איראַ­קער אַראַביש). מיט דער דאָזיקער „צ׳פּחה” באַ­גריסט אַ קאָמאַנדיר אַ נײַעם רעקרוט אויף דער סיום־צערעמאָניע נאָך דער טרענירונג, ווען ער ווערט אַ פּאָלנער סאָלדאַט. אין איר דריקט זיך אויס סײַ די מע­נערישע צוגע­בונדנ­קייט און חבֿרשאַפֿט, סײַ די קלאָרע היעראַר­כיע קאָמאַנ­דיר/סאָלדאַט (גלײַכע מענטשן גיבן זיך, בדרך־כּלל, ניט קיין „צ׳פּחה”).

דער אַלטער מין האַנט­דרוק, ווי­דער, איז געווען וויי­כער, איידעלער, נאָר אַ ריר מיט דער האַנט. ער איז מיר פֿריִער געווען באַקאַנט ווי דער „חסידישער האַנטדרוק”, ווײַל אַז אַ חסיד גיט מיר די האַנט, קען זי אַ מאָל דאָרט הענ­גען ווי אַ טויטער פֿיש. מע זאָל אָבער ניט מיי­נען, אַז דאָס דריקט אויס עפּעס אַן אומדרך־ארץ; עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס איז פּשוט דער אַלטער אַשכּנזישער מינהג. בײַ אַ טיש, למשל, קען דער רבי, גאָרניט רירנדיק, „געבן די האַנט” הונדערטער חסידים זײַנע, נאָר סימבאָליש מיט דער האַנט אין דער לופֿטן. אין דעם דריקט זיך אויך אויס די היעראַרכיע, די אומ­גלײַכע באַציִונג רבי/חסיד.

הײַנטיקע צײַטן, ווען די גע­זעלשאַפֿט שטרעבט אויסצוגלײַכן די אַלטע היעראַר­כיעס, איז דער האַנט­דרוק אַן איבערבלײַבע­ניש פֿון אַן אַנ­דער צײַט. אמת, ער איז ניט אַזוי פּראָב­לעמאַטיש ווי קושן די האַנט, קניִען אויף דער ערד, בוקן זיך, אָדער אַנידערוואַרפֿן זיך אין דעם אַמאָ­ליקן כינעזישן „קאַוטאַו” — אָבער די אַלע באַגריסונגען פֿון דער אַל­טער אַריס­טאָקראַטיע און מאָ­נאַרכיע זײַנען מערסטנס שוין לאַנג אונטערגעגאַנגען. נאָר דער האַנט­דרוק איז פֿאַרבליבן.

דער עיקר, שליסט דער האַנט­דרוק אויס די פֿרויען, וואָס דריקן געוויינטלעך ניט אַזוי שטאַרק די האַנט, און אַפֿילו אויב יאָ, פּאַסט עס ניט, אַז אַ פֿרוי זאָל זיך (מוזן) פֿירן אַזוי מענעריש. ווען אַ ישׂראלדיקער קאָמאַנדיר גיט אַ נײַער סאָלדאַטקע אַ געזונטע „צ׳פּחה”, איז דאָס ניט קיין כּבֿוד, נאָר אַזוי צו זאָגן: „נאַ דיר ווי עס פֿילט צו זײַן אַ מאַן”.

די פּראָבלעם בײַ די פֿרומע ייִדן איז נאָך בולטער. דאָס ניט געבן די האַנט פֿרויען איז כּלומרשט פֿון צניעות וועגן, אָבער עס איז אויך דאָ אַ קלאָרער היעראַרכישער סובטעקסט: אַ ניט־אָנערקענען די פֿרויען ווי גלײַ­כע. עס מאַכט אויך אַ גרויסן פּלאָנטער די טרעפֿונגען צווישן פֿרומע פֿרויען און ניט־פֿרומע מענער: צי זאָל ער איר געבן די האַנט, צי ניט? און אויב ניט, וועט ער זי באַליידיקן? און אויב ער גיט סײַ ווי, ווי דאַרף ער דערנאָך זיך אַנטשולדיקן פֿאַר איר און איר מאַן?

קלאָר, אַז די וועלט נייטיקט זיך אין אַן אַנדער מין באַגריסונג וואָס איז נייטראַל פֿאַר מענער און פֿרויען, שטאַרקע און שוואַכע, פֿרומע און פֿרײַע. דאָס אָנרירן זיך און דריקן זיך די האַנט קענען זײַן אומבאַ­קוועם בײַ נייטראַלע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען; איז אפֿשר בעסער איבערצו­לאָזן דעם האַנטדרוק פֿאַר אמתע פֿרײַנד, ניט פֿאַר טאָג־טעגלע­כע באַ­גע­גענישן מיט גע­שעפֿט־שותּפֿים, אוניווערסיטעט־קאָ­לעגן אאַז״וו. דערצו נאָך ווײַזט וויסנ­שאַפֿט, אַז, צום באַ­דויערן, אַ נישקשהדיקער פּראָ­צענט פֿון מענטשן וואַשט זיך ניט די הענט נאָך אַ וויזיט אין וואַש­צימער (פֿון מענער — אַרום אַ פֿערטל).

איך וויל פֿאָרלייגן, אַז מיר, מענטשן, זאָלן זיך אָפּלער­נען פֿון אַ העכערער ציווילי­זאַ­ציע, פֿון אַ מער ראַציאָנעל פֿאָלק: די וווּל­קאַנס. זייער וווּל­קאַן־סאַלוט נעמט זיך כּידוע פֿון אונ­דזער צע­רעמאָניע, ווען ייִדן אין שיל בענטשן ברכּת־כּהנים, און ער איז שוין אַלע­מען באַ­קאַנט פֿון דער באַ­רימ­טער סעריע „שטערן־נסיעה” (Star Trek). אמת, קיין וווּלקאַנס עק­זיס­טירן טאַקע ניט, אָבער דער­פֿאַר וועלן אַלע פֿעלקער זײַן גרייט אָנצו­נע­מען זייער סאַלוט: קולטור־אימ­פּעריאַ­ליזם איז ניט שייך. אַחוץ דער האַנט־באַ­ווע­גונג דאַרף מען זיך אויך אויסלער­נען צו זאָגן די גע­הע­רי­קע ווער­טער: „לעבט לאַנג און זײַט מצליח”, וואָס וואָלט געקלונ­גען מער ייִדיש­לעך: „ביז 120”.