מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך זיך עפּעס געגעבן אַזאַ קלאַפּ, אַז די רעכטע האַנט האָט מיר וויי געטאָן אין משך פֿון היפּשע עטלעכע חדשים; צום גליק, ניט כּסדר, נאָר ווען מען האָט מיר די האַנט געגעבן אַ קוועטש. איך האָב געוווּסט, אַז איך דאַרף זיך היטן, אָבער יעדעס מאָל וואָס איך האָב זיך באַקענט מיט עמעצן און יענער האָט מיר געגעבן די האַנט, האָב איך אים אינסטינקטיוו, ניט־טראַכטנדיק, אויך דערלאַנגט מײַן האַנט. כ׳האָב זיך געכאַפּט ערשט, נאָך מײַן געשריי פֿון ווייטיק, וואָס האָט מיך אַליין און דעם נײַעם באַקאַנטן אַ ביסל שאָקירט.
כאָטש מע טראַכט ניט וועגן דער דאָזיקער פּשוטער האַנט־באַוועגונג, ליגט אין איר אַ וועלט מיט קולטורעלע און סאָציאַלע ניואַנסן. בײַ געוויסע פֿעלקער, למשל, בײַ אונדז אַמעריקאַנער, ווײַזט מען אַרויס די אייגענע אַנטשלאָסנקייט און פֿאַרלאָזלעכקייט דורכן דריקן די האַנט שטאַרק — אַ סימן פֿון מענערישקייט, וואָס איז (ניט צופֿעליק) מער פֿאַרשפּרייט צווישן מענער ווי פֿרויען. אָבער בײַ די מוסולמענער און אין ווײַטן מיזרח פּאַסט ניט צו דריקן די האַנט מיט כּוח, עס מאַכט מער אַ גראָביונגישן אײַנדרוק. די כּללים, ווי אַזוי מע דריקט די האַנט, וועמען יאָ און וועמען ניט, צי נאָר מענער, צי פֿרויען אויך — וועגן דער דאָזיקער חכמת־היד קען מען אָנשרײַבן אַ גאַנצן דאָקטאָראַט.
דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער „האַנט-ריר” צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם „נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק” צווישן די וועלטלעכע „חילונים‟. דער ציוניזם האָט אײַנגעפֿירט דעם „נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק”, כּדי אַרויסצוּווײַזן דעם פֿיזישן כּוח פֿונעם „נײַעם ייִד”, דעם „העברעער” (עבֿרי), וואָס באַאַרבעט די ערד און האָט ניט מורא פֿאַר געווער. ניט נאָר דריקט דער חילוני גאָר פֿעסט די האַנט, ער גיט אויך אַ שטאַרקן פּאַטש אויפֿן אַקסל מיט דער צווייטער האַנט, וואָס דאָס הייסט אויפֿן הײַנטיקן העברעיִש „צ׳פּחה” (טשאַפּכאַ — פֿון איראַקער אַראַביש). מיט דער דאָזיקער „צ׳פּחה” באַגריסט אַ קאָמאַנדיר אַ נײַעם רעקרוט אויף דער סיום־צערעמאָניע נאָך דער טרענירונג, ווען ער ווערט אַ פּאָלנער סאָלדאַט. אין איר דריקט זיך אויס סײַ די מענערישע צוגעבונדנקייט און חבֿרשאַפֿט, סײַ די קלאָרע היעראַרכיע קאָמאַנדיר/סאָלדאַט (גלײַכע מענטשן גיבן זיך, בדרך־כּלל, ניט קיין „צ׳פּחה”).
דער אַלטער מין האַנטדרוק, ווידער, איז געווען ווייכער, איידעלער, נאָר אַ ריר מיט דער האַנט. ער איז מיר פֿריִער געווען באַקאַנט ווי דער „חסידישער האַנטדרוק”, ווײַל אַז אַ חסיד גיט מיר די האַנט, קען זי אַ מאָל דאָרט הענגען ווי אַ טויטער פֿיש. מע זאָל אָבער ניט מיינען, אַז דאָס דריקט אויס עפּעס אַן אומדרך־ארץ; עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָס איז פּשוט דער אַלטער אַשכּנזישער מינהג. בײַ אַ טיש, למשל, קען דער רבי, גאָרניט רירנדיק, „געבן די האַנט” הונדערטער חסידים זײַנע, נאָר סימבאָליש מיט דער האַנט אין דער לופֿטן. אין דעם דריקט זיך אויך אויס די היעראַרכיע, די אומגלײַכע באַציִונג רבי/חסיד.
הײַנטיקע צײַטן, ווען די געזעלשאַפֿט שטרעבט אויסצוגלײַכן די אַלטע היעראַרכיעס, איז דער האַנטדרוק אַן איבערבלײַבעניש פֿון אַן אַנדער צײַט. אמת, ער איז ניט אַזוי פּראָבלעמאַטיש ווי קושן די האַנט, קניִען אויף דער ערד, בוקן זיך, אָדער אַנידערוואַרפֿן זיך אין דעם אַמאָליקן כינעזישן „קאַוטאַו” — אָבער די אַלע באַגריסונגען פֿון דער אַלטער אַריסטאָקראַטיע און מאָנאַרכיע זײַנען מערסטנס שוין לאַנג אונטערגעגאַנגען. נאָר דער האַנטדרוק איז פֿאַרבליבן.
דער עיקר, שליסט דער האַנטדרוק אויס די פֿרויען, וואָס דריקן געוויינטלעך ניט אַזוי שטאַרק די האַנט, און אַפֿילו אויב יאָ, פּאַסט עס ניט, אַז אַ פֿרוי זאָל זיך (מוזן) פֿירן אַזוי מענעריש. ווען אַ ישׂראלדיקער קאָמאַנדיר גיט אַ נײַער סאָלדאַטקע אַ געזונטע „צ׳פּחה”, איז דאָס ניט קיין כּבֿוד, נאָר אַזוי צו זאָגן: „נאַ דיר ווי עס פֿילט צו זײַן אַ מאַן”.
די פּראָבלעם בײַ די פֿרומע ייִדן איז נאָך בולטער. דאָס ניט געבן די האַנט פֿרויען איז כּלומרשט פֿון צניעות וועגן, אָבער עס איז אויך דאָ אַ קלאָרער היעראַרכישער סובטעקסט: אַ ניט־אָנערקענען די פֿרויען ווי גלײַכע. עס מאַכט אויך אַ גרויסן פּלאָנטער די טרעפֿונגען צווישן פֿרומע פֿרויען און ניט־פֿרומע מענער: צי זאָל ער איר געבן די האַנט, צי ניט? און אויב ניט, וועט ער זי באַליידיקן? און אויב ער גיט סײַ ווי, ווי דאַרף ער דערנאָך זיך אַנטשולדיקן פֿאַר איר און איר מאַן?
קלאָר, אַז די וועלט נייטיקט זיך אין אַן אַנדער מין באַגריסונג וואָס איז נייטראַל פֿאַר מענער און פֿרויען, שטאַרקע און שוואַכע, פֿרומע און פֿרײַע. דאָס אָנרירן זיך און דריקן זיך די האַנט קענען זײַן אומבאַקוועם בײַ נייטראַלע באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען; איז אפֿשר בעסער איבערצולאָזן דעם האַנטדרוק פֿאַר אמתע פֿרײַנד, ניט פֿאַר טאָג־טעגלעכע באַגעגענישן מיט געשעפֿט־שותּפֿים, אוניווערסיטעט־קאָלעגן אאַז״וו. דערצו נאָך ווײַזט וויסנשאַפֿט, אַז, צום באַדויערן, אַ נישקשהדיקער פּראָצענט פֿון מענטשן וואַשט זיך ניט די הענט נאָך אַ וויזיט אין וואַשצימער (פֿון מענער — אַרום אַ פֿערטל).
איך וויל פֿאָרלייגן, אַז מיר, מענטשן, זאָלן זיך אָפּלערנען פֿון אַ העכערער ציוויליזאַציע, פֿון אַ מער ראַציאָנעל פֿאָלק: די וווּלקאַנס. זייער וווּלקאַן־סאַלוט נעמט זיך כּידוע פֿון אונדזער צערעמאָניע, ווען ייִדן אין שיל בענטשן ברכּת־כּהנים, און ער איז שוין אַלעמען באַקאַנט פֿון דער באַרימטער סעריע „שטערן־נסיעה” (Star Trek). אמת, קיין וווּלקאַנס עקזיסטירן טאַקע ניט, אָבער דערפֿאַר וועלן אַלע פֿעלקער זײַן גרייט אָנצונעמען זייער סאַלוט: קולטור־אימפּעריאַליזם איז ניט שייך. אַחוץ דער האַנט־באַוועגונג דאַרף מען זיך אויך אויסלערנען צו זאָגן די געהעריקע ווערטער: „לעבט לאַנג און זײַט מצליח”, וואָס וואָלט געקלונגען מער ייִדישלעך: „ביז 120”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.