די ברידער אַרקאַדי (1925—1991) און באָריס (1933—2012) סטרוגאַצקי זײַנען בלי־ספֿק די סאַמע באַקאַנטע רוסישע שרײַבער אינעם זשאַנער פֿון „װיסנשאַפֿטלעכער” פֿאַנטאַסטיק. אין זײערע װערק טרעפֿט מען װאַנדערונגען איבערן קאָסמישן רױם, כּלערלײ כּישופֿדיקע מכשירים, מענטשן מיט אומנאַטירלעכע פֿעיִקײטן, און אַנדערע בולטע סימנים פֿונעם פֿאַנטאַסטישן זשאַנער. אָבער ניט דאָס איז דער עיקר אין זײער רײַכער ליטעראַרישער ירושה.
די ברידער סטרוגאַצקיס װערק זײַנען ניט װעגן אַ װײַטער אָדער נאָענטער צוקונפֿט, נאָר װעגן דעם הײַנטיקן איצט. אין אַלע װערק זײערע דערצײלן זײ װעגן זיך און זײער דור, װאָס איז געבױרן געװאָרן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה און איז אַרײַן אין לעבן צום סאַמע סוף פֿון סטאַלינס שליטה. די לאַנגע און פֿרוכטבאַרע תּקופֿה פֿון שעפֿערישקײט בחבֿרותא האָט זיך געענדיקט אין 1991 מיטן טױט פֿונעם עלטערן ברודער אַרקאַדי. אײנע פֿון די לעצטע װערק זײערע, די פּיעסע „זשידן פֿון דער שטאָט פּיטער”, איז געװען שױן ניט קײן „װיסנשאַפֿטלעכע”, נאָר אַ ביז גאָר אַקטועלע סאָציאַל־פּאָליטישע פֿאַנטאַזיע.
די האַנדלונג קומט פֿאָר אין לענינגראַד אין דער צײַט פֿון דער לעצטער ירידה פֿון דער סאָװעטישער מאַכט. אין אײן נאַכט באַקומען אַלע העלדן אַ רופֿצעטל מיט אַ פֿאָדערונג צו קומען אין דער פֿרי, מיט נײטיקע זאַכן, אין אַ געװיסן לאָקאַל אין לענינגראַד. דער טעקסט פֿונעם רופֿצעטל חזרט איבער דעם דײַטשישן אַפּעל פֿון 1941, װאָס האָט געהײסן אַלע ייִדן פֿון קיִעװ צו מעלדן זיך פֿאַר דער מאַסן־צעשיסונג אין באַבי יאַר.
די סיטואַציע אין דער פּיעסע האָט אויסגעזען ווי אַ מין „סאָציאַל־װיסנשאַפֿטלעכער” עקספּערימענט׃ װאָס װעלן טאָן די סאָװעטישע בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר, װען יעדער אײנער פֿון זײ באַקומט אַזאַ רופֿצעטל, װאָס איז אַדרעסירט צו אים װי אַ מיטגליד פֿון אַ געװיסער גרופּע׃ אײנער אַ „גבֿיר”, אַן אַנדערער אַ „כאַבאַרניק”, אַ דריטער אַ „נואף”, און, אַװדאי, אײנער אױך אַ „זשיד”. אַזױ װערט יעדער אײנער געשטעלט אין אַ פּאָזיציע פֿון אַ „ייִד”.
דער צװעק פֿון דער דאָזיקער פּיעסע איז געװען צו װײַזן, אַז דער סאָװעטישער רעזשים האַלט זיך ניט אױף דער דרױסנדיקער דיקטאַטור פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, נאָר אױף דעם אינעװײניקן פּחד און הכנעה פֿון דער באַפֿעלקערונג. קײנער איז ניט צופֿרידן מיט דעם סאָװעטישן לעבן, אָבער אַלע זײַנען גרײט ניט נאָר אױסצופֿילן דעם סאַמע װילדן און אוממענטשלעכן באַפֿעל, נאָר דערצו אױך צו באַרעכטיקן די „צװעקמעסיקײט” פֿון טעראָר. אָנהײב די 1990ער האָט מען די דאָזיקע פּיעסע אױפֿגעפֿירט מיט גרױס דערפֿאָלג אין פֿאַרשידענע שטעט פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זי בלײַבט עד־היום צאַפּלדיק־אַקטועל אין רוסלאַנד.
נאָכן ברודערס טױט האָט באָריס סטרוגאַצקי געביטן זײַן ליטעראַרישן סטיל און גענומען אַן אַנדערן פּען־נאָמען, ס. װיטיצקי. אונטער דעם דאָזיקן נאָמען האָט ער אָנגעשריבן צװײ װאָגיקע פֿילאָסאָפֿישע הײַנטצײַטיקע ראָמאַנען. דאָס איז געװען זײער אַ שװערע און לאַנגע טירחה. סטרוגאַצקי דערקלערט זײַן מצבֿ מיט אַזאַ מעטאַפֿאָר׃ „שטעלט זיך פֿאָר׃ איר האָט לאַנגע יאָר געהאַלטן אין אײן זעגן האָלץ מיט אַ צװײהאַנט־זעג, און פּלוצעם בלײַבט איר אָן דעם אַנדערן, אָבער אַלץ בלײַבט װי עס איז געװען׃ דאָס האָלץ, די זעג, און מען מוז זעגן װײַטער.”
דער ערשטער ראָמאַן פֿון ס. װיטיצקי, „זוכעניש נאָך אַ שליחות, אָדער די זיבן־און־צװאַנציקסטע טעאָרעם פֿון עטיק” (1994) באַזיניקט, פֿון אַן אױטאָביאָגראַפֿישן שטאַנדפּונקט, דאָס לעבן פֿון סטרוגאַצקיס אײגענעם דור, פֿון די קינדער־יאָרן בעת דער מלחמה ביזן סוף פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. באָריס סטרוגאַצקי האָט פֿאַרבראַכט צװײ ערשטע מלחמה־יאָר אין לענינגראַד אונטער דער בלאָקאַדע, און די דאָזיקע קאַפּיטלען געהערן ממש צו דער קלאַסיק פֿון דער רוסישער ליטעראַטור. דער צװײטער ראָמאַן, „די אָנמעכטיקע פֿון עולם־הזה” (2003), קומט פֿאָר שױן אין דער פּאָסט־סאָװעטישער תּקופֿה. דער פֿאַנטאַסטישער סיפּור־המעשׂה װערט דאָ צונויפֿגעשמאָלצן מיטן אַבסורד פֿון דער פּאָסט־סאָװעטישער װירקלעכקײט. די ברידער סטרוגאַצקיס השפּעה אױף דער רוסישער קולטור איז שװער איבערצושאַצן, װײַל מיליאָנען לײענער האָבן אױפֿגענומען זײערע װערק יונגערהײט. זײ האָבן אַ סך יורשים אין דער איצטיקער רוסישער ליטעראַטור, װאָס האָבן איבערגענומען סטרוגאַצקיס אײגנאַרטיקע און שאַרפֿזיניקע איראָניע, זײער טבֿע פֿון איבערמישן פֿאַנטאַסטיק מיט דער װירקלעכקײט, און זײער פּינקטלעכקייט צו טעכנישע פּרטים. אָבער דװקא באָריס סטרוגאַצקי / ס. װיטיצקי האָט זיך אין זײַנע לעצטע װערק אָפּגעזאָגט פֿון אַ סך כאַראַקטעריסטישע שטיק פֿון סטרוגאַצקיס סטיל און געװאָרן אַ סך מער רעאַליסטיש.
אין די לעצטע יאָרן האָט באָריס סטרוגאַצקי ניט געשריבן קײן גרױסע ליטעראַרישע װערק. אַנשטאָט דעם האָט ער געפֿירט אַ לאַנגן שמועס מיט זײַנע לײענער און תּלמידים דורך אינטערנעץ. ער האָט געענטפֿערט אױף זײערע פֿראַגעס און אױסגעטײַטשט זײַנע װערק. די ברידער סטרוגאַצקי האָבן געהאַט אַ היפּשע צאָל חסידים, װאָס האָבן געזאַמלט זײערע פֿילצאָליקע װערק און געשאַפֿן דעם „קאַנאָנישן” קאָרפּוס אױף אינטערנעץ, װאָס איז אַ יחיד־במינו אין דער רוסישער ליטעראַטור.
באָריס סטרוגאַצקי איז געװען אַ מאַטעריאַליסט און אַן אַטעיִסט, ער האָט געגלייבט אין דער עװאָלוציע פֿונעם יחיד. ער האָט אױך געגלייבט אין אַ בעסערער צוקונפֿט, אָבער ניט געהאַט קײן אילוזיעס װעגן דעם הײַנט. זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז געװען נאָענט צו „פּרקי אָבֿות”, כאָטש קײן ספּעציעלן אינטערעס צו ייִדישקײט האָט ער אַ פּנים ניט געהאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.