פֿונעם אייביקן קוואַל: וישבֿ

פֿון מ. אַלקין

Published December 13, 2012, issue of December 07, 2012.

נאָכדעם, ווי יעקבֿ האָט זיך איבערגעבעטן מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט ער זיך אומגעקערט אַהיים. הגם דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה מיינט „און ער האָט זיך באַזעצט”, איז יעקבֿס לעבן מיט זײַן משפּחה אין ארץ־כּנען נישט געווען אַזוי רויּק. די אַנדערע ברידער האָבן נישט ליב געהאַט די אויפֿפֿי­רונג פֿון זײַן באַליבטסטן זון, יוסף — דער עיקר, צוליב זײַנע חלומות.

יוסף פֿלעגט נאָכשפּירן נאָך זײַנע ברידער און דער­ציילן דעם טאַטן וועגן זיי. יעקבֿס אַנדערע זין האָבן באַ­שלאָסן, אַז יוסף איז אַ סכּנותדיקער מסור, וועלכער פֿאַרדינט טויט, ווײַל אין זײַנע מיסטישע חלומות האָט יוסף געזען, ווי ער וועט ווערן אַ הערשער איבער זײַנע קרובֿים. יעקבֿס קינדער האָבן גע­מיינט, אַז אַ שפּיאָן, וועלכער טרוימט צו ווערן אַ הערשער איבער זײַן אייגענעם טאַטן, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה פֿאַר דער גאַנצער משפּחה.

יהודה, וועלכן יעקבֿס ברידער האָבן געהאַלטן פֿאַר זייער מנהיג, האָט געגעבן אַן עצה נישט צו דערהרגענען יוספֿן, נאָר צו פֿאַרקויפֿן אים אין שקלאַפֿערײַ. עס קאָן זײַן, אַז יהודה האָט געמיינט, אַז אַזאַ שטראָף, מידה־כּנגד־מידה, איז צוגעפּאַסט פֿאַר אַ מענטש, וואָס טרוימט כּסדר וועגן מאַכט. פּאַראַדאָקסיש, האָט יוספֿס פֿאַרקויף דווקא גורם געווען די סיטואַציע, ווען זײַנע טרוימען זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, ווי עס ווערט דערציילט אין דער קומענדיקער סדרה.

אין מצרים, וווּהין יוסף איז געבראַכט געוואָרן ווי אַ שקלאַף, איז ער געוואָרן אַ באַדינער בײַ אַן אָרטיקן אַריסטאָ­קראַט, פּוטיפֿר. פּוטיפֿרס ווײַב האָט געוואָלט האָבן אַן אינטי­מע פֿאַרבינדונג מיט אים — לשם־שמים, ווי עס באַטאָנען די חז״ל. די האָט אויסגערעכנט, דורך אַסטראָנאָמישע חשבונות, אַז אירע אייניקלעך מוזן קומען פֿון יוספֿן. ווי עס האָט זיך אַרויסגע­וויזן שפּעטער, איז זי געווען בעצם גערעכט, אָבער נישט ריכ­טיק פֿאַרשטאַנען די סודות פֿון די שטערן: יוסף האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט איר טאָכטער און געהאַט קינדער מיט איר.

יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זײַן מיט פּוטיפֿרס ווײַב. זי איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט און געמאָלדן, אַז דער באַדינער האָט זי געפּרוּווט, כּלומרשט, צו נעמען מיט כּוח. ווי אַ רעזולטאַט, האָט מען אײַנגעזעצט יוספֿן אין אַ טורמע, פֿון וועלכער ער איז שפּעטער באַפֿרײַט געוואָרן, ווידער צוליב זײַנע נבֿיאי­שע חלומות.

אין די פֿאָריקע פּרשיות איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם לאַנגן און שווערן מחלוקת צווישן צוויי ברידער, יעקבֿ און עשׂו. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט דערציילט אויך וועגן אַ סיכ­סוך, דער עיקר, צווישן יהודה און יוסף. די דאָזיקע צוויי ברי­דער האָבן אויסגעפֿירט ספּעציעלע ראָלעס אין יעקבֿס משפּחה. יהודה איז געווען אַ פּאָפּולערער מנהיג, וועלכן די אַנדערע ברידער האָבן אַליין אויסגעקליבן; יוסף איז געווען דעם טאַטנס בן־יקר, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אומגעוויינטלעכע מיסטי­שע כּשרונות.