נאָכדעם, ווי יעקבֿ האָט זיך איבערגעבעטן מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט ער זיך אומגעקערט אַהיים. הגם דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה מיינט „און ער האָט זיך באַזעצט”, איז יעקבֿס לעבן מיט זײַן משפּחה אין ארץ־כּנען נישט געווען אַזוי רויּק. די אַנדערע ברידער האָבן נישט ליב געהאַט די אויפֿפֿירונג פֿון זײַן באַליבטסטן זון, יוסף — דער עיקר, צוליב זײַנע חלומות.
יוסף פֿלעגט נאָכשפּירן נאָך זײַנע ברידער און דערציילן דעם טאַטן וועגן זיי. יעקבֿס אַנדערע זין האָבן באַשלאָסן, אַז יוסף איז אַ סכּנותדיקער מסור, וועלכער פֿאַרדינט טויט, ווײַל אין זײַנע מיסטישע חלומות האָט יוסף געזען, ווי ער וועט ווערן אַ הערשער איבער זײַנע קרובֿים. יעקבֿס קינדער האָבן געמיינט, אַז אַ שפּיאָן, וועלכער טרוימט צו ווערן אַ הערשער איבער זײַן אייגענעם טאַטן, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה פֿאַר דער גאַנצער משפּחה.
יהודה, וועלכן יעקבֿס ברידער האָבן געהאַלטן פֿאַר זייער מנהיג, האָט געגעבן אַן עצה נישט צו דערהרגענען יוספֿן, נאָר צו פֿאַרקויפֿן אים אין שקלאַפֿערײַ. עס קאָן זײַן, אַז יהודה האָט געמיינט, אַז אַזאַ שטראָף, מידה־כּנגד־מידה, איז צוגעפּאַסט פֿאַר אַ מענטש, וואָס טרוימט כּסדר וועגן מאַכט. פּאַראַדאָקסיש, האָט יוספֿס פֿאַרקויף דווקא גורם געווען די סיטואַציע, ווען זײַנע טרוימען זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, ווי עס ווערט דערציילט אין דער קומענדיקער סדרה.
אין מצרים, וווּהין יוסף איז געבראַכט געוואָרן ווי אַ שקלאַף, איז ער געוואָרן אַ באַדינער בײַ אַן אָרטיקן אַריסטאָקראַט, פּוטיפֿר. פּוטיפֿרס ווײַב האָט געוואָלט האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט אים — לשם־שמים, ווי עס באַטאָנען די חז״ל. די האָט אויסגערעכנט, דורך אַסטראָנאָמישע חשבונות, אַז אירע אייניקלעך מוזן קומען פֿון יוספֿן. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן שפּעטער, איז זי געווען בעצם גערעכט, אָבער נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען די סודות פֿון די שטערן: יוסף האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט איר טאָכטער און געהאַט קינדער מיט איר.
יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זײַן מיט פּוטיפֿרס ווײַב. זי איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט און געמאָלדן, אַז דער באַדינער האָט זי געפּרוּווט, כּלומרשט, צו נעמען מיט כּוח. ווי אַ רעזולטאַט, האָט מען אײַנגעזעצט יוספֿן אין אַ טורמע, פֿון וועלכער ער איז שפּעטער באַפֿרײַט געוואָרן, ווידער צוליב זײַנע נבֿיאישע חלומות.
אין די פֿאָריקע פּרשיות איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם לאַנגן און שווערן מחלוקת צווישן צוויי ברידער, יעקבֿ און עשׂו. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערט דערציילט אויך וועגן אַ סיכסוך, דער עיקר, צווישן יהודה און יוסף. די דאָזיקע צוויי ברידער האָבן אויסגעפֿירט ספּעציעלע ראָלעס אין יעקבֿס משפּחה. יהודה איז געווען אַ פּאָפּולערער מנהיג, וועלכן די אַנדערע ברידער האָבן אַליין אויסגעקליבן; יוסף איז געווען דעם טאַטנס בן־יקר, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן אומגעוויינטלעכע מיסטישע כּשרונות.
יהודה האָט חתונה געהאַט מיט אַן אָרטיקער כּנענישער פֿרוי, תּמר. זיי האָבן געהאַט צוויי זין, ער און אונן, וועלכע זענען געשטאָרבן צוליב דעם, וואָס אַנשטאָט צו לעבן מיט זייערע ווײַבער, פֿלעגן זיי פֿאַרגיסן זייער זרע אויף דער ערד. דער איזשביצער רבי, רב צדוק לובלינער און אַנדערע חסידישע דענקער דערקלערן, אַז זיי האָבן פֿאַרדינט אַזאַ האַרבע שטראָף צוליב זייער צבֿיעותדיקער אויפֿפֿירונג. ער און אונן האָט געמיינט, אַז זיי זענען גרויסע צדיקים, ווײַל זיי רירן נישט אָן קיין פֿרויען; אין דער אמתן, האָבן זיי דערמיט אויסגעמוטשעט זייערע ווײַבער מיט זייער פֿאַלשן אַסקעטיזם. צוליב דעם, הגם יהודהס קינדער האָבן געהאַט אַ גוטע כּוונה, זענען זיי באַשטראָפֿט געוואָרן.
נאָכן טויט פֿון צוויי ערשטע זין, האָט יהודה נישט געוואָלט האָבן מער קינדער מיט תּמרן. כּדי אים איבערצוצײַגן, האָט זי זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר יהודהן ווי אַ פֿרעמדע זונה. ווי אַ רעזולטאַט, האָט זי געהאַט נאָך צוויי זין, פּרץ און זרח. פּרץ איז געוואָרן דער אורגרינדער פֿון מלכות־בית־דוד; צוליב דעם, האָט די דאָזיקע מעשׂה אַ גרויסן און אַפֿילו אַ משיחישן באַדײַט. הגם יוסף האָט זיך אָפּגעזאָגט צו זײַן מיט פּוטיפֿרס ווײַב, האָט זײַן עצם־אָפּזאָג אויך גורם געווען משיחישע געשעענישן. די מדרשים דערקלערן, אַז עס זענען פֿאַראַן צוויי מינים משיחן — אָדער, ברייטער, צוויי מינים משיחישע פֿיגורן: משיח־בן־יוסף און משיח־בן־דוד.
די מפֿרשים דערקלערן, אַז ביידע, תּמר און יהודה, האָבן געמיינט לשם־שמים. ווען יהודה, זײַענדיק אַ גרויסער צדיק, האָט פּלוצעם דערפֿילט אַן אומגעוויינטלעך שטאַרקע ליבע צו דער „זונה” — נישט וויסנדיק, אַז דאָס איז זײַן ווײַב — האָט ער באַשלאָסן, אַז ס׳איז פֿאַר אים באַשערט מיט איר צו זײַן. מיט די אַנדערע ווערטער, האָט ער געפֿאָלגט זײַן אינטויִציע און נישט געקוקט אויף דעם סתּירותדיקן כאַראַקטער פֿון דער סיטואַציע.
עס באַקומט זיך, אַז יהודה איז אויך געווען אַ „בעל־חלומות”. אין פֿאַרגלײַך מיט יוספֿן, האָט ער אָבער צומאָל געפֿאָלגט זײַנע טיפֿע אינטויִציע־געפֿילן, און נישט די נאַכט־וויזיעס. אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז חלומות און געפֿילן זענען נישט רעאַל, אין קאָנטראַסט מיט דער אַלגעמיינער עמפּירישער רעאַליטעט אָדער מיטן קלאָרן ראַציאָנאַלן שׂכל. די תּורה דערקלערט אונדז אָבער, אַז ס׳איז נישט אַזוי. חלומות קאָנען אַרײַנברענגען אַ מענטש, חלילה, אין שקלאַפֿערײַ, און דערנאָך אַרויפֿברענגען אים אויף דער פּאָזיציע פֿונעם שני־למלך אין דער גרעסטער וועלט־מלוכה; אַ פּלוצעמדיק געפֿיל קאָן אַרײַנפֿירן אַ מענטש אין אַ סתּירותדיקער סיטואַציע, פֿון וועלכער עס שפּראָצן אַרויס די שרשים פֿון דער וועלט־גאולה.
אויב די חלומות און אינטויִטיווע אימפּולסן קאָנען ברענגען צו אַזעלכע ריזיקע רעזולטאַטן, זענען זיי גאַנץ רעאַל און צומאָל טראָגן אין זיך ממש מעכטיקע כּוחות. דאָס מיינט נישט, אַוודאי, אַז מיר זאָלן נאָכמאַכן יוספֿן אָדער יהודהן אין אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן; ס׳איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז די חלומות האָבן שיִער נישט געקאָסט יוספֿן דאָס לעבן. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט דער פּרינציפּ אַקטועל: דאָס וועזן באַשטייט נישט בלויז פֿון קאַלטע חשבונות און עמפּירישע אָבסערוואַציעס. אַדרבה, כּדי צו ברענגען אַ גאולה, אַ ראַדיקאַלן בײַט אין דער וועלט, מוז מען נעמען אין באַטראַכט, אַז אין טרוימען און פּערזענלעכע געפֿילן שטעקט צומאָל ממש אַ משיחישער פּאָטענציאַל.
פֿאַרוואָס הייסט אָבער אונדזער פּרשה „וישבֿ”? הגם יעקבֿ האָט זיך טאַקע באַזעצט אין דער היים, נאָכן שלום מאַכן מיטן ברודער, איז זײַן לעבן דאָרטן נישט געווען רויּק, ווײַל דער פֿאַרלוסט פֿונעם באַליבטן זון האָט אים געבראַכט אַ סך עגמת־נפֿש. דערצו, באַשטייט כּמעט דער גאַנצער תּוכן פֿון דער סדרה פֿון יוספֿס און יהודהס אומגעוויינטלעכע פּאַסירונגען און נסיעות.
אַ טייל מענטשן טראַכטן, אַז אַלץ אין דער וועלט מוז זיך פֿירן, על־פּי־הלכה, על־פּי־שׂכל, על־פּי־סדר. אַ טייל אַנדערע מיינען, אַז דאָס לעבן איז סתּם הפֿקר. דער איזשביצער רבי דערקלערט, אַז די מעשׂיות וועגן יוסף און יהודה סימבאָליזירן די דיאַלעקטיק צווישן דעם סדר און כאַאָס אין דער וועלט. דאָס רעאַלע לעבן און די רעאַלע עבֿודת־השם איז קאָמפּליצירט און פּאַסט זיך נישט תּמיד אַרײַן אין פֿיקסירטע דעפֿיניציעס. ווי רבי שׂימחה־בונעם פּשיסכער האָט זיך אויסגעדריקט, איז אין עבֿודת־השם נישטאָ קיין כּללים, און דאָס גופֿא איז אויך נישט קיין כּלל. מע קאָן זאָגן, אַז ווען יעקבֿ האָט דערזען די קאָמפּליצירטע באַציִונגען פֿון זײַנע זין און זייערע רעזולטאַטן, האָט ער זיך באַזעצט, ווי געהעריק, אינעם סאַמע תּוך פֿונעם וועזן; זיך אַרײַנגעפּאַסט טיפֿער אין די פּאַראַדאָקסן פֿונעם לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.