קינדער! לאָמיר גיין צום „זיידן” —
צו דעם מוכר־ספֿרים.
ר׳האָט אַן אַלטע, בידנע שקאָפּע
און זײַן בויד איז אָרעם…
(אַבֿרהם זאַק)
דעם 8טן דעצעמבער ווערט 95 יאָר זינט מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט פֿאַרלאָזט אונדזער זינדיקע ערד. און מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער, דעם 2טן יאַנואַרw קומט זײַן געבורטסטאָג. וואָס פֿאַר אַ מענטש איז ער געווען? צי האָבן די ערן־טיטלען: „קלאַסיקער”, „זיידע” — ניט פֿאַרשטעלט פֿאַר אונדז זײַנע מענטשלעכע מעלות און חסרונות, די סתּירות פֿון זײַן מענטשלעכער נאַטור?
לאָמיר פּרוּוון אויפֿשטעלן עטלעכע שטריכן פֿון מענדעלעס פּאָרטרעט לויט די בריוו, וועלכע ער האָט געשריבן צו שלום־עליכמען אין די יאָרן 1888—1889, ווען דאָס „אייניקל” האָט אַרויסגעלאָזט „די יודישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק”. נאָר פֿאַר דעם „וויל איך זאָגן אַ פּאָר ווערטער”.
אין איינער פֿון די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין וועלכע איך האָב זיך באַטייליקט, זענען מיר געווען אין קעשענעוו און באַזוכט מענדעלעס אוראייניקל, יעלענע אַבראַמאָוויטש. דער רירנדיקסטער מאָמענט פֿון דער באַגעגעניש איז געווען דעמאָלט, ווען יעדערער פֿון די אָנטיילנעמער אין דער עקספּעדיציע, האָט אויסגעטרונקען אַ ביסל ווײַן פֿון מענדעלעס זילבערנעם בעכער, איבער וועלכן ער פֿלעגט מאַכן קידוש. מיר האָבן זיך צוגערירט, קאָן מען זאָגן, מיט די ליפּן צו די ליפּן פֿון אונדזער זיידע…
ניט ווײַט פֿון קעשענעוו, אין אָדעס, וווּ אַ מאָל האָט געוווינט מענדעלע מוכר־ספֿרים, האָט מען אין יאָר 1903 אָפּגעמערקט דעם 40־יאָריקן יוביליי פֿון דעם העברעיִש־ייִדישן שרײַבער יהודה שטיינבערג, אַ געבוירענער אינעם בעסאַראַבער שטעטל ליפּקאַן. אויפֿן פֿײַערלעכן אָוונט האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט כּמעט דער גאַנצער דעמאָלטיקער ייִחוס פֿון דער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור, אין שפּיץ מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים. ער האָָט אויף דער בינע געלייענט פֿאַרן יובילאַר עפּעס אַ זאַך זײַנע. דאָס לייענען האָט זיך פֿאַרצויגן. איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן איז צוגעגאַנגען צום „זיידן” און געבעטן ער זאָל פֿאַרענדיקן. מענדעלע האָט אָבער געלייענט ווײַטער. אַ צווייטער שרײַבער האָט אים געבעטן צו פֿאַרענדיקן, נאָר מענדעלע האָט ניט איבערגעריסן זײַן לייענען. דעמאָלט האָט זיך אויף דער בינע אַרויפֿגעהויבן חיים־נחמן ביאַליק. מענדעלע האָט אויפֿגעהערט צו לייענען… פֿאַר וואָס?
מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט זייער געשעצט ביאַליקן. צו דעם שרײַבער אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער, וועלכער האָט אויך געשריבן אי העברעיִש, אי ייִדיש האָט ער זיך שטענדיק געוואָנדן: „מײַן האַר און פֿרײַנד”. צו מרדכי בן־עמי, וואָס האָט געשריבן אַממערסטן רוסיש, און טיילמאָל ייִדיש — „מײַן פֿרײַנד און גרויסער מענטש…” און וויאַזוי האָט ער זיך באַצויגן צו די פּשוטע ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געשריבן בלויז ייִדיש? אָט וואָס מענדעלע האָט געשריבן צו שלום־עליכמען אין אויגוסט 1888:
„מײַן טײַער אייניקל… עס וואָלט שוין לאַנג צײַט געווען אויסצורייניקן די קופּע מיסט, וואָס אונדזערע ב ה מ ו ת האָבן אין דער שטאַל פֿון דער יודישער ליטעראַטור אָנגעמאַכט. בהמות אָן עין־הרע זענען דאָ זייער פֿיל און קופּעס מיסט קומען וואָס אַ טאָג מער צו… זעט, אייניקל… איר זאָלט מיך קענען דאָרט בײַ אײַך שטעלן אין אַ בעזונדער שטעלכל, נישט צווישן די בהמות!.. כאָטש אויסוואַשן אויסרייניקן זיי פֿריִער, זיי זאָלן אַזוי נישט עיפּושן”. אין אַ ווײַטערדיקן בריוו: „…געדענקט איר מײַנע ווערטער… ווי נייטיק ס׳איז פּטור צו ווערן פֿון אונדזערע בהמות וואָס האָבן געמאַכט די ייִדישע ליטעראַטור, מ׳שטיינס געזאָגט, פֿאַר אַ שטאַל?… איך וויל מאַכן אײַער זשורנאַל אַ בית־ועד־לחכמים און פֿון עמי־הארצים, בדחנים וכּדומה זאָלן דאָרט קיין פֿוס ניט זײַן…” אין מײַ 1889 שרײַבט ער: „…עס זײַנען דאָ געוויסע צײַטן, וואָס אויף מיר ריקט זיך אָן אַ שטאַרקע מרה־שחורה… דענסטמאָל שלאָג איך מיך אין האַרצן על־חטא, וואָס איך בין אַ יודישער מחבר… און ווײַך די יודישע ליטעראַטור מישטיינס געזאָגט ווי אַן עיפּוש, פֿע, וואַנצן! עס שטינקט דאָרט וואַנצן!” אינטערעסאַנט איז מענדעלעס באַציִונג צו שמרן: „…שמרס מישפּט איז גוט, נאָר די פֿאָרמע פֿונ׳ם פּריסאַזשנע סוד געפֿעלט מיר נישט… שמרס מעשׂיות האָב איך קיינמאָל נישט געלייענט און איך וווּנדער מיך ער זאָל אַזוי שלעכט שרײַבן. ער איז דווקא נישט קיין עם־חארץ, ווי איר זאָגט און שטייט בײַ מיר העכער אין בילדונג אַ סך מער פֿון אַנדערע ייִדישע שרײַבערלעך…” וויאַזוי זשע האָט זיך באַצויגן דער „זיידע” צו די ראָמאַנען, געשריבן פֿון זײַן „אייניקל”? אויסצוגן פֿון עטלעכע בריוו:
„…איך וואָלט אײַך געראָטן קיין ראָמאַנען נישט צו שרײַבן… איבערהויפּט טויגן אַלע ייִדישע ראָמאַנען אויף כּפּרות. עס גלוסט זיך מיר ברעכן פֿון זיי.” „…איבערהויפּט איז סטעמפּעניו אַ געראָטענע זאַך… נאָר פֿיל שטעלן אָבער זענען דאָ זייער אָפּגעבלאַקעוועטע, אַזעלכע וואָס מע בעדאַרף זיי גוט אויסבעסערן, אויך אַזעלכע, וואָס מע בעדאַרף זיי אין גאַנצן אַרויסוואַרפֿן. פֿיל שטעלן זענען גענייט מיט שבת־שטעך און עס זעט זיך אַרויס אין זיי די פֿאַרסטריגעס, דערינען איז שוין שולדיק דאָס, וואָס איר זענט פֿון די ׳אַחשתּרנים׳… איך זאָג אײַך נאָך אַמאָל טאַקי בפֿירוש, ראָמאַנען שרײַבן איז נישט פֿאַר אײַך… וווּ איר באַשרײַבט דאָס לעבן, איז אַ פֿאַרגעניגן צו לייענען… וווּ איר שפּילט אַ ליבע קומט אויס גאָרנישט.” כ׳רעד שוין ניט וועגן אַזוינע באַמערקונגען זײַנע ווי: „אײַער שורה איז לאַנג ווי דער גלות” און אַנדערע.
וויאַזוי זשע האָט זיך מענדעלע באַצויגן צו זײַנע אייגענע שאַפֿונגען? איך וויל נאָר דערמאָנען, אַז אין ביידע בענדער פֿון דער „יודישער פֿ״ב”, האָט זיך געדרוקט מענדעלעס „ווינטשפֿינגערל” (דאָרטן הייסט עס: „דאָס ווינשפֿינגעריל”).
„…פֿאָלגט דעם זיידן און דרוקט אָפּ אינגאַנצן די זעקס קאַפּיטלען, איר וועט דערמיט אַ סך געווינען, אײַער זשורנאַל וועט אַ שיין פּנים האָבן, דער געבילדעטער עולם וועט פֿון אים פֿיל ריידן…”.
„…איך האָב פֿאַר אײַך נאָך אַ מעשׂה פֿון מעשׂה־לאַנד טאַקי אָגיל־ואשׂמח קאַלעכדיק און שפּיצעדיק…”
„…דער זיידע איז אויך געלעגן געוואָרן מיט אַ שיינער מעשׂה. נישקשה, איר וועט הנאה האָבן די לעזער פֿון דער „פֿאָלקס־ביבליאָטעק” וועלן לעקן די פֿינגער…”.
„…די נײַע קאַפּיטלען, וואָס איך האָב אָנגעשריבן… זײַנען גוט און שיין צו באַוווּנדערן…”, „…וועל איך אײַך אַרויסשיקן… אַ פֿריש ביסל סחורה, טאַקי, וואָס סחורה הייסט…”, „איך וועל אײַך געבן אַזעלכע סחורה, וואָס מע וועט פֿון דעם צופֿרידן זײַן…”.
שלום־עליכם האָט געקרוינט מענדעלען מיטן ערן־טיטל „זיידע” אין 1888, אין דער הקדמה צום ראָמאַן „סטעמפּעניו”, וווּ ער האָט געשריבן: „טײַערער, געטרײַער זיידע לעבן”. דער זיידע איז דעמאָלט אַלט געווען 53 יאָר. פּרוּווט הײַנט און רופֿט אָן „זיידע” אַ 53־יאָריקן מאַצביל, וועט ער זיך נאָך באַליידיקן. שלום־עליכם האָט עס געזאָגט, מיין איך, ווי אַ חכמהלע, ווי אַ שרײַבערישער אײַנפֿאַל. מענדעלע האָט עס אויפֿגענומען גאַנץ ערנסט, און געפֿירט זיך מיטן „אייניקל”, טאַקע ווי אַ שטרענגער אייגענער זיידע. מיטן פֿאָדערן דעם האָנאָראַר:
„…וויפֿיל דענקט איר זאָל איך בײַ אײַך האָבן פֿאַר מײַן שרײַבן, פֿאַר מײַן אַרײַנטרעטן מיט אַ פֿוס אין אײַער זשורנאַל? דען איר מוזט וויסן, אַז איך בין אַ גרויסער יקרן, בײַ מיר איז אַזוי: אָדער גאָרנישט, אָדער גאָר אַ סך, טאַקי וואָס אַ סך הייסט… מוזט איר מיר געבן חשק און מיך גוט באַלוינען…”
שלום־עליכם האָט אָנגעבאָטן פֿאַר פּראָזע אין זײַן „פֿאָלקסביבליאָטעק” צוואַנציק גראָשן פֿאַר אַ שורה. שרײַבט דער „זיידע”:
„…פֿאַר אַ דערציילונג פֿון אַ געוויסן מחבר… צאָלט מען אין טאָג אַרײַן לויט דער ווערט נאָך, נישט צומעסטן עס אויף דער שורה…”
„…פֿאַרשײַטער אייניקל… ר׳ מענדעלי… האָט דאָך אײַך געזאָגט גאַנץ ריין, קורץ און שאַרף,… אַז ווייניקער פֿון אַ פֿערציקער פֿאַר אַ שורה קען ער ניט נעמען און דינגען זיך האָט ער פֿײַנט… נאָר איין עק, אַ סוף, ער וויל מער דערפֿון נישט ריידן און האָפֿט, אַז איר וועט פֿאַרגלעטן אײַער פֿעלער, אים תּיכּף־ומיד אַרײַנשיקן דאָס געלט און ווידער שלום… איך בעט אײַך, איר זאָלט אַזוי גוט זײַן, מיר באַלד שיקן דרײַ הונדערט קערבלעך… וועט איר בײַ דעם זיידן זײַן אַ גרויסער חשובֿ… איך וואַרט אויף אײַער ענטפֿער און פֿאַרהאָף אַז איך וועל מיט אײַך צופֿרידן זײַן…”
„…300 רובל בעט איך אײַך זאָלט איר מיר אַרײַנשיקן באַלד… נעמט זײַט מוחל, און שיקט באַלד אַרײַן… און די דרײַ הונדערט רובל זאָלט איר אַזוי גוט זײַן מיר תּיכּף אַרײַנשיקן… מענדעלי נעמט מער. הערט נאָר אַ מעשׂה! וואָס דען? פֿאַר וואָס נישט?”
„…אַ־נו טײַער אייניקל… באַפֿרײַט מיר כ׳לעבן דעם קאָפּ מיט עטלעכע הונדערט רובל בכדי איך זאָל קענען (און עס זאָל מיר זיך גלוסטן) זיך ווײַטער נעמען צו דער אַרבעט. מער וועגן דעם וועל איך מיט אײַך ניט רעדן. איר פֿאַרשטייט? טוט זשע עפּיס און קריכט נישט.”
מיר ווייסן, אַז נאָך דעם, וואָס שלום־עליכם האָט רעדאַגירט י. ל. פּרצעס „מאָניש”, פֿאַר דעם ערשטן באַנד פֿון דער „פֿאָלקסביבליאָטעק”, האָבן די צוויי קלאַסיקער אונדזערע ניט גערעדט איינער מיטן אַנדערן מער ווי צוואַנציק יאָר. דער „זיידע” האָט זייער שטרענג געוואָרנט זײַן „אייניקל”, ווי יענער דאַרף זיך באַציִען צו מענדעלעס טעקסט. ער האָט געפֿאָדערט:
„…צו דרוקן מײַן ווינטשפֿינגערל פּונקט אַזוי ווי איך לייג אויס, חלילה־וחס, גאָט זאָל אײַך היטן צו מאַכן אַ שטיקל פֿאַרענדערונג, עס וועט זײַן חושך!… זאָל זײַן געדרוקט אַקוראַט ווי איך לייג אויס אָן אַ פּיצעלע פֿעלער.”
„…אויב חלילה עס מאַכט זיך דאָרט עפּיס אַ פֿעלער, וועל איך אײַך בנאמנות נישט מוחל זײַן. היט אײַך, אייניקל, גוט די ביינער”, „…וועגן אויסלייג זאָל אײַך גאָט היטן צו קרימען בײַ מיר עפּיס אַ האָר…”, „…חלילה וחס איר זאָלט מיר עפּיס ענדערן, דאָס גאַנצע ווינטשפֿינגערל וועט מיר ווערן נמאס־ומאוס און איך וועל עס נישט וועלן אָנקוקן אַפֿילו. אויף מײַן אויסלייגעכץ האָב איך… טעמים. און איר לערנט מיך נישט…”. (דאָ וויל איך צוגעבן, טײַערער לייענער, אַז איך האָב זיך אויך געסטאַרעט וואָס ווייניקער צו רעדאַגירן דעם „זיידנס” בריוו).
מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט אויך געבעטן, אַז שלום־עליכם זאָל פֿאַרקויפֿן זײַנע, דעם זיידנס, ביכער:
„…טײַער אייניקל, איר האָט מיר עפּיס אַמאָל געשריבן, אַז איר האָט בדעה עפּיס צו טאָן וועגן דעם פֿאַרקויף פֿון מײַנע ספֿרים. טוט זשע טאַקי מיט אײַער גוט האַרץ וואָס נאָר איר קענט און דערפֿרייט אײַער אַלטן זיידן. לאָז ער אויף דער עלטער נחת האָבן פֿון זײַן אייניקל…”, „וועגן מײַנע ספֿרים… שרײַבט זיך דורך מיט אײַערע אַגענטן… און פֿאַרקויפֿט זיי במזומנים צו קערבלעך אַ פּאָר… אַ חוץ דעם זאָלט איר דרוקן מודעות… נאָר לייגט צו אַ ביסל שמאַלץ, אַ ביסל זאַלץ… לייגט זיך אין דער לענג און אין דער ברייט און העלפֿט אַ זיידן. ווער זשע, ווען נישט איר, אַ לײַבלעך אייניקל…”
אייניקע מאָל, לייענענדיק מענדעלעס בריוו, דאַכט זיך מיר, אַז די ווענדונג „אייניקל”, קלינגט אויף זײַנע ליפּן אַ ביסעלע איראָניש, מיט אַ כיטרען שמייכל. און אפֿשר האָב איך אַ טעות… יעדנפֿאַלס, ווען מיר האָבן געטרונקען בײַ מענדעלע מוכר־ספֿרימס אוראייניקל, בײַ יעלענאַ אַבראַמאָוויטש, ווײַן פֿון דעם „זיידנס” בעכער, „צוגערירט” זיך צו די ליפּן פֿון אונדזער קלאַסיקער, האָבן מיר געפֿילט אי זיסקייט, אי טערפּקייט, ווי געוויינטלעך איז דער טעם פֿונעם ווײַן אין אונדזערע מקומות…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.