דאָס וואָרט „דעמיורג‟, וואָס אויף גריכיש מיינט „אַ האַלבער גאָט”, מיינט אין געוויסע פֿאַלן, גײַסטיקע טראַדיציעס, דעם מנהיג פֿון עולם־הזה, וועלכער ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ בייזער פּאַרשוין, אַ מין פֿינצטערער שאָטן פֿונעם אמתן גאָט. דער צוועק פֿון אַ מיסטישן גאולה־העלד איז צו פֿאַרשפּרייטן געהיימע ידיעות, וועלכע קאָנען העלפֿן דעם מענטש צו באַפֿרײַען זיך פֿונעם בייזן מלך. כּדי צו באַקומען דעם דאָזיקן געמיינעם דעת, מוז מען צומאָל אַרײַנדרינגען אין דער סאַמע נעסט פֿונעם דעמיורג, נישט געקוקט אויף גרויסע סכּנות און נסיונות.
על־פּי־קבלה, איז נאָך דעם חטא פֿון אָדם־הראשון די מאַכט איבער ס׳רובֿ זאַכן אין עולם־הזה אַריבער צום מלאך סמאל, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַ מעכטיקער און געפֿערלעך בייזער וועלט־פֿירער.
אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? די וואָך, דעם נײַנצנטן טאָג פֿונעם חודש כּיסלו, פּראַווען די ליובאַוויטשער חסידים אַ גרויסן יום־טובֿ; דאָס איז דער טאָג, ווען דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, רבי שניאור־זלמן, איז אַרויס פֿון דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג אין פּעטערבורג, נאָך אַ 53־טאָגיקן אַרעסט. די מתנגדים האָבן אים געמסרט, כּלומרשט, ווי אַ שטיצער פֿון דער טערקישער אימפּעריע. די ליובאַוויטשער באַטראַכטן י״ט כּיסלו ווי „די ראָש־השנה פֿון חסידות”. דעם רבינס אַרעסט און זײַן באַרפֿרײַונג האָט מוליג געווען אַ ריזיקע טראַדיציע פֿון פֿאָלקלאָר און טיפֿע מיסטישע מעשׂיות. אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פֿאַראַן אַ רײַכע מיטאָלאָגיע וועגן פּעטערבורג. ווי עס דערקלערן די הײַנטיקע היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער, איז פּעטערבורג היסטאָריש און קאָנצעפּטועל פֿאַרבונדן מיט רוים; ביידע שטעט ווערן באַטראַכט ווי שאַפֿונגען און פּאַלאַצן פֿון אַ מלך־דעמירוג. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די דאָזיקע מיטאָלאָגיע שפּילט זיך אָפּ אויך אין ייִדישקייט.
צו דער איטאַליענישער הויפּטשטאָט זענען בײַ ייִדן תּמיד געווען געמישטע געפֿילן, ווי עס ווערט שוין דערמאָנט אין גמרא. איין תּנא, רבי יהודה בר אילעאי, האָט געלויבט די רוימער פֿאַר זייערע שיינע מערק, בריקן און בעדער. רבי שמעון בר יוחאי האָט אים געענטפֿערט, אַז די דאָזיקע פּראַכט איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן בלויז צוליב עגאָיִסטישע צוועקן: די מערק — כּדי אַרײַנצוברענגען זונות; די בריקן — כּדי צו זאַמלען די שטײַערן; און די בעדער צוליב דעם איבעריקן לוקסוס. פֿאַר אַזעלכע ווערטער האָט די רוימישע מאַכט געהייסן צו דערהרגנען רבי שמעונען. ער האָט געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן דרײַצן יאָר אין אַ הייל, וווּ ער האָט משׂיג געווען די קבלה־סודות, וועלכע זענען אַרײַן אינעם „ספֿר־הזוהר‟.
די איטאַליענישע ייִדן האָבן זיך אָפֿט באַצויגן צו זייערע שטעט מיט ליבשאַפֿט. אַדרבה, זייערע כּתובות און אַנדערע קונסט־ווערק זענען פֿול מיט סימבאָלן פֿון דער אָרטיקער אַרכיטעקטור און סקולפּטור. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווערט דער דערמאָנטער בייזער מלאך סמאל באַטראַכט ווי דער מנהיג פֿון רוים. לויט די אַפּאָקאַליפּטישע מדרשים, וועט פֿון דאָרטן אַרויסקומען דער בייזער מלך אַרמילוס, אַ מין „ייִדישער אַנטיקריסט‟. דער באַרימטער פּאָעט ווערגילי האָט, לויט די לעגענדעס, געשאַפֿן אין רוים אַ שטיינערנע סטאַטוע פֿון אַ פֿרוי, וועלכע זעט אויס אַזוי שיין, אַז דער שׂטן אַליין איז אַרײַן מיט איר אין אַן אינטימער באַציִונג; אָט פֿון אַזאַ זיווג קומט דער טײַוולאָנישער אַרמילוס, אַ שטיינערנער מאָנסטער, וואָס זײַן נאָמען שטאַמט פֿון ראָמולוס, דער לעגענדאַרער גרינדער פֿון רוים. פֿונדעסטוועגן, ווערט רוים אויך באַטראַכט ווי אַ משיחישע שטאָט. די גמרא זאָגט, אַז משיח זיצט צווישן די אָרעמע־לײַט בײַ די רוימער טויערן און וואַרט, ווען עס וועט קומען זײַן צײַט אַרײַנצוקומען. דער מקובל רבי אַבֿרהם אַבולעפֿיא האָט זיך געלאָזט אינעם יאָר 1280 קיין רוים, האָפֿנדיק מגייר צו זײַן דעם פּויפּסט. ס׳זעט אויס, אַז אַבולעפֿיא האָט געהאָפֿט צו ווערן משיח און באַטראַכט דעם פּלאַנירטן גיירות פֿונעם קריסטלעכן הויפּט־פֿירער, ווי אַ מיסטישן אַקט, וואָס וועט ברענגען די גאולה. דער פּויפּסט, וועלכער האָט געהייסן צו פֿאַרברענען דעם ייִד, איז פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַפּאָפּלעקסיע. צוליב דעם, איז דער מקובל אָפּגעקומען בלויז מיט אַ חודש תּפֿיסה. די לעגענדעס דערציילן וועגן אַבולעפֿיאס שפּאַצירן דורך געוויסע טויערן פֿון רוים, וואָס האָט, אַפּנים, עפּעס אַ מיסטישן באַדײַט.
פֿאַר די ליובאַוויטשער, האָט דעם רבינס אַרעסט געהאַט אַ בפֿירוש משיחישן טעם. פּעטערבורג איז „ירושלים דקליפּה” — די פֿאַרקערטע זײַט פֿון ירושלים. דער קיניג פּיאָטר האָט פֿאַר זיך געשאַפֿן אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם הימלישן מלכות־שמים, אַ נײַע „אייביקע שטאָט‟, אַ פֿאַרבעסערטע ווערסיע פֿון רוים, ווי אַ צענטער פֿון זײַן אימפּעריע. אַ צדיק קאָן זיך אָבער אַרײַנקוקן אין דער אַרכיטעקטור פֿון דער שטאָט און דערזען הינטער דעם שאָלעכץ פֿון דער סיטרא־אַחרא די סודות פֿון הויכע רוחניותדיקע וועלטן.
אין זײַנע „רשימות”, גייט דער לעצטער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן, נאָך טיפֿער אַרײַן אין דער דאָזיקער טעמע. פּעטערבורג טראָגט דווקא אַזאַ נאָמען, ווײַל דאָס איז גופֿא אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם הייליקע שמות. ס׳איז געווען אין מיטל־עלטער אַ רבֿ, וועלכער האָט געהייסן רבינו פּטר; ווי אַזוי קומט אַזאַ נאָמען צו אַ ייִד, בלײַבט אומקלאָר. דאָס איז אָבער אַ ראיה, לויט דעם ליובאַוויטשער רבין, אַז פּעטער קאָן זײַן אויך אַ הייליקער נאָמען. רבי שניאור־זלמנס טאַטע האָט געהייסן ברוך; ממילא, קאָן מען אָפּטײַטשן דאָס וואָרט „פּעטערבורג” ווי צוויי הייליקע ייִדישע נעמען: פּטר־ברוך.
רבי שניאור־זלמנס מאַמע האָט געהייסן רבֿקה. דער דאָזיקער נאָמען ווערט אַסאָציִיִרט, על־פּי־קבלה, מיט דער פֿירעקיקער סטרוקטור פֿונעם הימלישן כּסא־הכּבֿוד. דער פּעטערבורגער גאַסן־פּלאַן האָט טאַקע אַן אוניקאַלע פֿירעקיקע פֿאָרעם, ווײַל פּיאָטר דער גרויסער האָט געוואָלט צוגעבן זײַן שטאָט אַ הימלישן טעם. דער אַלטער רבי, אַ דאַנק דעם זכות פֿון זײַן מאַמען, האָט אײַנגעזען אין דער דאָזיקער שטאָטישער פּלאַנירונג די סודות פֿונעם כּסא־הכּבֿוד; אַזוי קאָן מען אָפּטײַטשן דעם ליובאַוויטשער רבינס מיסטישע באַמערקונגען.
אין אַן אַנדער ווערק, דערקלערט דער ליובאַוויטשער רבי, אויף אַן ענלעכן אופֿן, אויך די סודות פֿון רוים — רומי, אויף לשון־קודש. הגם די דאָזיקע שטאָט קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ צענטער פֿון דער סיטרא־אַחרא, שטאַמט אָבער איר נאָמען פֿונעם וואָרט „התרוממות”, די דערהויבנקייט פֿון מלכות־שמים. ס׳איז פֿאַראַן אַ הייליקער רוים, די הימלישע אינערלעכע זײַט פֿון דער שטאָט.
די דאָזיקע צוויי שטעט, פֿאַרבונדן מיט אַ סך קולטורעלע פֿעדעם, ווערן באַטראַכט, מיטאַמאָל, ווי בייזע און משיחישע. נאָכן פֿאַל פֿון די אַכזריותדיקע אימפּעריעס מיט זייערע מערדערישע „דעמיורגן” — אָדער, גיכער דווקא אַ דאַנק דער עצם־מפּלה פֿון דער בייזער מאַכט — קאָנען מיר אָבער הײַנט אַרומשפּאַצירן אויף די רוימער און פּעטערבורגער גאַסן, אָפּשאַצן זייער פּראַכט און אַפֿילו דערפֿילן דאָרטן אַ טעם פֿון קדושה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.