מיט איבער אַ וואָך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעפֿט אָן אַ ליצענץ, איז שולדיק אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט במשך פֿון צוויי־און־אַ־האַלב יאָר אַ יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײַסטיקער הילף. די באַלעסטיקונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז געווען בלויז צוועלף יאָר אַלט.
בעת דעם מישפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפֿאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פֿאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפֿפֿירן לײַטיש.
טאַקע דערפֿאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פֿונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פֿאַרמישפּט ווערן פֿאַר פֿאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פֿון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פֿאָטאָ־געשעפֿט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפֿגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײַן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל.
“מײַן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון סאַטמאַר, און מ׳האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײַן היילונג,” האָט יאַנקל דערציילט. “איך האָב אָבער גראַד אײַנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער ׳מאָני־ביזנעס׳ [קרום געלט־געשעפֿט] און מײַן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פֿאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פֿאַרגוואַלדיקט].”
הגם דער ציל פֿונעם ועד־הצניעות איז נישט בלויז צו האַלטן אַן אויג אויף די מיידלעך (זיי וואָרענען, למשל, סײַ בחורים, סײַ מיידלעך נישט צו לייענען קיין ענגלישע ביכער, קוקן טעלעוויזיע, אָדער ניצן די אינטערנעץ), זענען ס׳רובֿ פֿון זייערע אַקציעס יאָ געווענדט צו די פֿרויען און מיידלעך, זיי זאָלן נישט טראָגן קיין “אָנרייצנדיקע” קליידער און זאָלן זיך אויפֿפֿירן צניעותדיק. די סיבה דערפֿאַר איז קלאָר: ווען אַ פֿרוי טראָגט אָדער פֿירט זיך נישט־צניעותדיק, האַלט מען, אַז עס קאָן דערוועקן דעם יצר־הרע בײַ די מענער און דערפֿירן צו שרעקלעכע קאָנסעקווענצן. מיט אַנדערע ווערטער, דער ציל פֿונעם פֿאַרווער איז אײַנצוהאַלטן די סעקסועלע אימפּולסן פֿון די מאַנסבילן.
פֿון וואַנען שטאַמט די טראַדיציע פֿונעם ועד־הצניעות? און וואָס טראַכטן די סאַטמערער אַליין דערפֿון?
דער טערמין “ועד־הצניעות” געפֿינט מען נישט אין דער תּורה שבכּתבֿ און נישט אין דער גמרא, אָבער חז״ל שרײַבן יאָ, אַז מע דאַרף האַלטן אַן אויג אויפֿן אויפֿפֿיר פֿון די מענער און פֿרויען, בפֿרט אין די יום־טובֿים. אין “הלכת יום־טובֿ”, למשל, דערקלערט דער רמב״ם: “דער בית־דין האָט אַ חובֿ צו באַשטימען שופֿטים, וואָס זאָלן אַרײַנגיין אין די גערטנער, סעדער און בײַם ברעג פֿון טײַך, צו קאָנטראָלירן, אַז די מענער און פֿרויען זאָלן זיך נישט פֿאַרזאַמלען דאָרט צו עסן און טרינקען, און ווי אַ פּועל־יוצא, אָנהייבן צו זינדיקן.”
אין די אַמאָליקע קהילות פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט מען אויך נישט געניצט דאָס וואָרט “ועד־הצניעות”, אָבער די קהילה־פֿירער האָבן זיכער אַרויסגעגעבן תּקנות וועגן אויפֿפֿיר, בפֿרט אַז די פֿרויען זאָלן זיך נישט קליידן צו שיין, נישט טראָגן צו פֿיל צירונג אָדער מאַכן לוקסוסדיקע חתונות, האָט באַמערקט ד״ר דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אינעם “ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר”. די עסקנים פֿלעגן פֿאָרלייענען די תּקנות נאָכן דאַווענען אין שיל, אָדער אויפֿהענגען אַ פּלאַקאַט וועגן דעם אויף דער טיר פֿון שיל. אין די גרעסערע שטעט האָט מען אויפֿגעהאָנגען פּלאַקאַטן אין עטלעכע ערטער.
די כּוונה פֿון די תּקנות איז אָבער נישט געווען אויסצומײַדן סעקסועלע געפֿילן בײַ די מאַנסבילן. “מע האָט פּשוט מורא געהאַט, אַז אויב די גויים וועלן זען וויפֿל געלט די ייִדן גיבן אויס, וועט עס, ערשטנס, אַרויסרופֿן קינאה, און נאָך ערגער — די פּריצים וועלן העכערן די שטײַערן בײַ ייִדן,” האָט פֿישמאַן באַטאָנט. דערצו האָבן די קהילה־פֿירער אויך געהאָפֿט אויסצומײַדן קינאה צווישן ייִדן, און פֿאַרהיטן, אַז אָרעמע־לײַט זאָלן נישט אויסגעבן מער וויפֿל זיי קענען אויספֿירן. די הײַנטיקע פֿאָדערונגען אָפּצוטיילן די מענער פֿון די פֿרויען איז בכלל אַ מאָדערנער באַגריף, האָט פֿישמאַן צוגעגעבן. אינעם צאַרישן רוסלאַנד, פֿלעגן די מענער און פֿרויען שטיין צוזאַמען בײַ די חתונות; קיין מחיצה איז נישט געווען. אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ש. אַן־סקיס עקספּעדיציעס איבער די שטעטלעך, זעט מען, אַז אויף די בית־עולמס ליגן די קבֿרים פֿון די פֿרומסטע פּאָרפֿעלקער זײַט בײַ זײַט. הײַנט באַגראָבט מען די חסידישע מענער באַזונדער פֿון די ווײַבער. (דער קבֿר פֿונעם לובאַוויטשער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן, למשל, ליגט נישט לעבן דעם קבֿר פֿון זײַן פֿרוי, חיה־מושקא.)
הרבֿ ישׂשׂכר כּץ, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין דער סאַטמערער קהילה אין וויליאַמסבורג, און איז הײַנט דער דירעקטאָר פֿונעם בית־מדרש פּראָגראַם אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער “ישיבֿת חובֿבֿי־תּורה”, האָט דערקלערט, אַז דער ועד־הצניעות איז נישט קיין אָרגאַניזירטע געזעלשאַפֿט, נאָר אַן אומפֿאָרמעלע גרופּע מענטשן, וואָס פֿירט דורך די אַקציעס, אָן דער אָפֿיציעלער הסכּמה פֿונעם רבין. יעדער ועד באַשטייט פֿון אַ “דיין” אָדער טעאָרעטיקער — דער וואָס באַשליסט וואָס פֿאַר אַן אויפֿפֿיר מע זאָל פֿאַרווערן; און זײַנע “דורכפֿירער” — די מענטשן, וועלכע גייען אַרום און פֿאַרזיכערן, אַז מע טוט עס נישט.
דער “טעאָרעטיקער” איז געוויינטלעך אַ באַלעבאַטישער ייִד, וואָס מענטשן האָבן פֿאַר אים דרך־ארץ, אָבער די דורכפֿירער זענען מער פֿאַנאַטיש־געשטימט. “זיי זענען פֿאַרפֿרומט, טראָגן זייערע ציצית איבער די הויזן, און גייען אַרום צעשויבערט,” האָט כּץ געזאָגט. זיי האָבן געוויינטלעך נישט קיין פּרנסה, האָבן זיי דערפֿאַר גענוג צײַט צו טאָן די אַרבעט פֿונעם ועד.
בערך צוואַנציק יאָר צוריק האָט דער ועד־הצניעות אין וויליאַמסבורג זיך שטאַרק קעגנגעשטעלט, וואָס די פֿרויען גייען אַרויס אין דרויסן, טראָגנדיק ׳פּאָנדזשעלאָס׳ (שטוב־ראָקן) און נישט־צניעותדיקע טורבאַנען. אומעטום האָט דער ועד אויפֿגעהאָנגען שילדן, אַז “די ווײַבער גייען נישט אָנגעטאָן צניעותדיק, און דערפֿאַר טרעפֿן בײַ אונדז טראַגעדיעס”. דער ועד האָט אויך געוואָרנט די סוחרים פֿון פֿרויען־קליידער, זיי זאָלן אויפֿהערן צו פֿאַרקויפֿן “פּאָנדזשעלאָס” און “טורבאַנען”.
ווען כּץ איז געווען 18 יאָר אַלט און געלערנט אין אַ ישׂראלדיקער ישיבֿה, האָבן זײַנע חבֿרים אַליין איבערגעלעבט אַן אינצידענט מיטן אָרטיקן ועד־הצניעות. (אין ישׂראל ווערן די “קאָמיטעטן” אָנגעפֿירט פֿון די גערער חסידים.) די בחורים האָבן געהערט, אַז דער תּל־אָבֿיבֿ־מוזיי איז זייער אינטערעסאַנט, זענען זיי געגאַנגען אים באַזוכן. פּלוצעם האָט עמעצער, אַ פּנים, פֿונעם ועד־הצניעות, אָנגעקלונגען זייערע עלטערן אין אַמעריקע, און געוואָרנט: “איר האָט נישט קיין אַנונג, וואָס אײַערע קינדער טוען דאָ אין ישׂראל”.
די בחורים האָבן געהאַט אַ חשד, אַז דער ועד־הצניעות איז זיי כּסדר נאָכגעגאַנגען, און איין מאָל האָט עמעצער אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, און טאַקע דערקלערט: “מיר האָבן געהערט, אַז מע טוט דאָ נישט קיין לײַטישע זאַכן, צו פֿיל צײַטונגען, בין איך געקומען בודק זײַן.”
“קוק וויפֿל דו ווילסט; ׳עסט נישט געפֿינען גאָרנישט סײַ־ווי־סײַ,” האָט איין בחור געזאָגט. דער שומר האָט געזוכט איבער דער גאַנצער דירה, ביז ער האָט געפֿונען אַ נומער פֿונעם זשורנאַל “טײַם” (Time) מיט אַ בילד פֿון פּרינצעסין דײַאַנאַ. “זעסט?!” האָט דער שומר אויסגערופֿן. “ס׳איז טאַקע דאָ טומאה דאָ!”
העשי, אַ סאַטמערער טאַטע פֿון פֿיר קינדער, זאָגט, אַז די פּרעסע האָט בעת דעם פּראָצעס פֿון וועבערמאַן, אָפּגעמאָלט אַ פֿאַלש בילד פֿונעם ועד־הצניעות. “ס׳איז נישט קיין געהעריקע אָרגאַניזאַציע, בלויז עטלעכע מענטשן, און זיי שלאָגן נישט קיינעם,” האָט ער געזאָגט. ער באַשולדיקט אויך דעבראַ פֿעלדמאַן, די שרײַבערין פֿונעם בוך, Unorthodox, אין זאָגן ליגנס וועגן דעם ועד. אינעם בוך דערציילט זי וועגן איר אומגליקלעך לעבן ווי אַ קינד פֿון אַ צוריקגעשטאַנען סאַטמערער טאַטן, און ווי זי האָט זיך מיט דער צײַט אַרויסגעריסן פֿון דער פֿרומער וועלט.
“דעבראַ פֿעלדמאַן איז ברוגז אויף דער געזעלשאַפֿט, און די פּרעסע האָט דווקא זי אויסגעקליבן צו רעדן פֿאַר דער קהילה,” האָט העשי באַמערקט. “זי זאָגט, אַז דער ועד־הצניעות האָט אַ ספּעציעלן קאַר מיט אַ לאָגאָ, און דער קאַר איז איר כּסדר נאָכגעפֿאָרן, ווען זי איז מער נישט געווען פֿרום און געגאַנגען אין קאָלעדזש. אָבער ס׳איז פּשוט נישט אמת. זי וווינט אין ערמאָנט, וואָס איז זייער אַ ליבעראַל שטעטל! ס׳איז נישטאָ דאָרט קיין ׳טשאָלנט׳, וווּ די יענטעס קאָכן, קיינער זאָגט דיר גאָרנישט בכלל.”
כּץ זאָגט אָבער, אַז די חסידים וואָס ער קען זענען טאַקע נישט צופֿרידן מיטן ועד. “ס׳רובֿ פֿון דער קהילה איז אין כּעס אויף זיי,” האָט ער דערקלערט. “מע האַלט זיי פֿאַר bullies, עקסטרעמיסטן און ליידיקגייער. אָבער אַפֿילו אויב מע האָט נישט קיין גרויס דרך־ארץ פֿאַר זיי, האָט מען פֿאַר זיי פֿאָרט מורא.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.