"ייִדישע לידער": קאָמפּאַקטל פֿון אַרקאַדי גענדלער


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.

מיט אַ פֿידל, אָן אַ פֿידל:

ווידער קלינגט אַ ייִדיש לידל,

מאַמע־לשון — ס‘איז דאָך אַ מחיה.

קלעזמער: הײַנטיקע חכמים

שפּילן ייִדישע ניגונים

צווישן אַלטע לידער שפּילט מען נײַע.

מיט די שורות הייבט זיך אָן דאָס ליד „זינגט אויף ייִדיש‟ פֿון אַרקאַדי גענדלער. אַז דער זינגער, לערער און ייִדישער קולטור־טוער אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער פֿון אוקראַיִ­נע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן אוצר פֿאַר דער ייִדיש־וועלט האָבן מיר שוין געשריבן מער ווי איין מאָל. דער 91־יאָריקער כעמיקער פֿון זאַ­פּאָראָזשע, אוקראַיִנע, פֿאַרמאָגט נאָך אַנ­דערע מעלות וואָס מע דאַרף אַרויסהייבן, דער עיקר, ווי אַ פֿרוכטפּערדיקער שרײַבער פֿון ייִדי­שע זינגלידער; אַ טאַלאַנט וואָס האָט זיך אַנט­וויקלט שפּעט אין זײַן לעבן. אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל „ייִדישע לידער‟ הערט מען צום ערשטן מאָל אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע אייגע­נע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען. די רעקאָרדירונג האָט אַרויסגעגעבן די קאַליפֿאָרניער פֿירמע Golden Horn, וועלכע האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן פֿאַר­נומען אַן אויבן אָן אין דער קלעזמער־וועלט מיט קאָמפּאַקטלטעך פֿון חנה קופּער, „ווערעצקי פּאַס‟, „בודאָוויץ‟ און לעצטנס, מײַקל ווינאָגראַד. אָבער פֿאַרן צוזאַמענ­שטעלן די רע­קאָרדירונג טראָגט דאָס אַחריות אַ גרופּע פֿרײַנד פֿון גענדלערן, בראָש מיטן דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. דעם פּראָיעקט האָבן געשטיצט גענדלערס חסידים פֿון איבער דער וועלט, און זיי וועלן נישט אַנטוישט ווערן פֿונעם רעזולטאַט.

צוטריט צו אַ וועבזײַט, וווּ מע קען לייענען אַ פּרטימדיקן באַריכט, שיין אילוסטרירט, פֿו­נעם גאַנצן פּראָיעקט, באַקומט מען ווען מע קריגט דאָס קאָמפּאַקטל. דאָרטן קען מען לייענען אַ מוזיקאַלישן אַנאַליז פֿונעם מוזיקאָלאָג ד״ר יואל רובין, און אַ לענגערין ביאָגראַפֿישן עסיי פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס. עטלעכע לידער פֿון דער רעקאָרדירורנג זע­נען באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט, און די לאָנדאָנער זינגערין הילדע בראָנשטיין האָט רעקאָרדירט גענדלערס „זינגט אויף ייִדיש‟. אָבער ס׳רובֿ לידער זענען דאָ פֿאַרשריבן צום ערשטן מאָל. נישט אַלע האָט גענדלער גע­שאַפֿן, צווישן זיי „זײַ פֿריילעך‟, אַ ליד מיט וועלכן ער הייבט אָן יעדן קאנצערט. צו אַנדערע לי­דער האָט ער צוגעגעבן זײַנע אייגענע סטראָפֿעס, ווי אינעם ליד „כ׳האָב ניט געזען‟.

גענדלער וווינט שוין יאָרן אין זאַפּאָראָזש­ניע, אָבער ער שטאַמט פֿונעם בעסעראַ­בישן שטעטל סאָראָקע, און האָט אָנגעשריבן צוויי לידער וועגן זײַן היימשטאָט — „מײַן שטעטל סאָראָקע‟ און „פֿאַרגעסט ניט סאָראָקע‟.

פֿאַרגעסט ניט דעם וועג צו דעם חדר!

פֿאַרגעסט ניט די קינדערשע פֿרײַהייט!

פֿאַרגעסט ניט ווי מ‘האָט בײַ דער שײַן פֿון לבֿנה

געשוווירן אין ליבע און טרײַהייט!

פֿאַרגעסט ניט די שטיבער די קליינע!

פֿאַרגעסט ניט די גערטנער די שיינע!

פֿאַרגעסט ניט די לידער, וואָס האָבן געקלונגען

אין וואַלד בײַ דעם שטעטל סאָראָקע.

צו גענדלערס פֿאָלקישע ווערטער און מוזיק האָט דער „פּראָדוסער‟ און מוזיקאַלישער דירעקטאָר קריסטיאַן דאַוויד באַשלאָסן צו אַראַנזשירן די לידער מיט אַ קוואַרטעט — נאַנ­דאָר שעגקרלקעני אויפֿן פֿידל, אַגנעס פֿורלינ­גער אויפֿן פֿידל, מעריקע הילמאַר אויפֿן וויאָ­לין־טשעלאָ און אַלאַן בערן בײַ דער פּיאַנע. די אינסטרומענטן רופֿן אַרויס אַ קונסטליד־קלאַנג אָדער סאַלאָן־מוזיק־קלאַנג, און אין געוויסע לי­דער שאַפֿט עס אַ רירנדיקע שטימונג. למשל, דאָס ליד „זײַ פֿריילעך‟ וואָלט מען געקענט לײַכט אויסטײַטשן מיט אַ האָפּקנדיקן ריטעם, אָבער דאָ זינגט גענדלער די ווערטער מיט סענ­טימענט, און די פֿידל דריקן אויס דעם טרויער, נישט די פֿרייד פֿון די ווערטער. אין ליד „די הוידל­קע‟, אַן אויטאָביאָגראַפֿיש ליד וועגן דעם שווערן גאַנג פֿון לעבן, פּאַסט אויך די קלאַ­סישע פֿידל־ און פּיאַנע־קלאַנגען, וועלכע הייבן אַרויס אַ נאָסטאַלגיש געפֿיל.

עס האָט זיך דער פֿרילינג צעבליט און פֿאַרוועלקט,

דער זומער געענדיקט פֿאַר מיר.

עס בלאָזן שוין האַרבסטיקע ווינטן אין פֿעלד,

עס קלאַפּט שוין דער ווינטער אין טיר…

פֿאַר די לידער מיט אַ טאַנגאָ־ אָדער וואַל­צער־ריטעם ווי „ווינער וואַלס‟ איז געראָטן די אַראַנזשירונג, נאָר אינטערעסאַנט וואָלט גע­ווען צו הערן אַ מאָל אַ מער קלעזמערישן קלאַנג, ווי מען איז צוגעוווינט געוואָרן אויף די קלעז­מער־פֿעסטיוואַלן. דאָ און דאָרט ווערט פֿאַר­לוירן גענדלערס קול אין דער מוזיק; קיין טרע­נירט קול האָט ער נישט און די פֿאָלקישקייט איז דאָך אַ טייל פֿון זײַן חן ווי אַ זינגער.

נישט אַלץ ווערט אַראַנזשירט אין דעם סטיל. ביאַליקס אַ ליד „ניט אין שטאָט‟ זינגט ער אָן אַ באַגלייטונג. בײַם ליד „קלעזמער־פּאַ­ריז‟, שפּילט בלויז אַלען בערן אויפֿן אַקאָר­דיאָן, און דאָס שאַפֿט טאַקע אַ פּאַריזער אַטמאָס­פֿער. בײַם ליד „חבֿרים פֿון קינדהייט‟, אַ רירנ­דיק ליד וועגן אַלטע חבֿרים, שפּילט אַלען בערן אַליין בײַ דער פּיאַנע.

אַרקאַדי גענדלער וויל זיך נישט רופֿן קיין קאָמפּאָזיטאָר, אָבער מוזיקאַליש און פּאָעטיש איז ער געוויס. סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק מאַכן אַ רושם, און די צײַט וועט ווײַזן, וועלכע ווערק ווערן „קלאַסישע‟, וועלן דויערן און ווערן פֿאַרשפּרייט. אין דער אמתן איז ער אַ נײַער פֿענאָמען אין אונדזער מוזיק־געשיכטע: אַ זינגער פֿונעם עלטערן דור וואָס איז באַ­ליבט געוואָרן אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן פֿון דער וועלט; זײַנע לידער שפּיגלען אָפּ זײַן נאָענטע און וואַרעמנע באציִונגען צום ייִנ­גערן עולם. כאָטש די לידער האָבן מעלאַנכאָ­לי­שע עלעמענטן, שײַנט דורך דעם טרויער אַ ליב­שאַפֿט צום לעבן און צום מענשטן.