אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע חלומות, געראַטעוועט מצרים פֿון הונגער און געוואָרן דער מיצרישער שני־למלך. ווען יעקבֿס קינדער זענען אָנגעקומען קיין מצרים, כּדי צו קריגן דאָרטן תּבֿואה, האָט יוסף נישט אויסגעזאָגט, ווער ער איז, און זײַנע ברודער האָבן אים נישט דערקענט.
רבי נחמן בראַצלעווער זאָגט, אַז די וועלט דרייט זיך ווי אַ דריידל און בײַט זיך כּסדר, ווי אַ חלום. יעדע זאַך אין דער וועלט, אַפֿילו די שטיינער און שטערן אין הימל, ווערן אין יעדן מאָמענט באַנײַט, טראַנספֿאָרמירט, באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. מיר קאָנען זיך צומאָל נישט דערמאָנען אונדזערע געפֿילן פֿונעם נעכטיקן טאָג, ווײַל דער הײַנטיקער „איך” איז אַ מין גילגול פֿונעם נעכטיקן, און נישט אַ דירעקטער המשך.
אין די חב״ד־ספֿרים ווערט דערקלערט, אַז די חלומדיקע נאַטור פֿונעם לעבן ווערט צום מערסטן אַנטפּלעקט ווען עס קומט די גאולה, ווי עס שטייט געשריבן אין תּהילים: „בשובֿ ה׳ את שיבֿת ציון היינו כּחולמים” — ווען די ייּדן האָבן זיך אומגעקערט פֿון גלות, האָבן זיי אַזוי ווי געחלומט. אין דער מעשׂה מיט יוספֿן זעען מיר דאָס באַזונדערס קלאָר. זײַן לעבן איז געווען ווי אַ חלום: אָט לעבט ער גליקלעך, מיט דער משפּחה, אָנגעטאָן אין די בונטע קליידער, וואָס זײַן טאַטע האָט פֿאַר אים ספּעציעל געמאַכט; אָט ווערט ער פּלוצעם פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַף קיין מצרים דורך זײַנע אייגענע ברידער; אָט זיצט ער אין תּפֿיסה און אָט איז ער עולה־לגדולה. יוספֿס לעבן האָט זיך כּסדר געביטן צוליב חלומות און גופֿא געווען ווי אַ חלום. די דערציילונג וועגן זײַן פּערזענלעכער גאולה, וואָס מיר האָבן געלייענט מיט אַ וואָך צוריק, איז, מסתּמא, דער סאַמע „חלומדיקער” עפּיזאָד אין דער תּורה.
דאָס וואָרט „ציון” מיינט אַ צייכן. דער ענין פֿון גאולה, אינעם אינדיווידועלן אָדער קאָלעקטיוון זין, האָט לאַוו־דווקא צו טאָן מיט אַ געוויס געאָגראַפֿיש אָרט. דער פֿאָקוס־פּונקט אין דער מענטשלעכער נשמה, וואָס מע רופֿט אָן אויף ייּדיש „דאָס פּינטעלע ייּד”, ווערט אין קבלה אויך אָנגערופֿן „נקודת־ציון”. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿונעם אינערלעכן גלות, מוז דער מענטש געפֿינען אין זיך זײַן אייגענעם אוניקאַלן צייכן.
מע קאָן זאָגן, אַז ווען יוסף האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר זײַנע ברידער ווי אַ פֿרעמדער, האָט ער געוואָלט זיי באַקענען מיט דער חלומדיקער נאַטור פֿונעם לעבן. אַן אומגעריכטער פּעריאָד פֿון הונגער ברענגט זיי קיין מצרים, וווּ אַן אָרטיקער פֿירער נעמט בײַ זיי צו זייער ייּנגסטן ברודער, בנימין. פּלוצעם ווערט זייער לעבן איבערקערט ווי אין אַ חלום.
דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר „מי השילוח”, אַז יוספֿס דרך איז געווען אַ מסודרדיקער, און יהודהס דרך — אַ כאַאָטישער. ביידע רעפּרעזענטירן צוויי נייטיקע אַספּעקטן פֿונעם וועזן. ווען פּוטיפֿרס ווײַב האָט געפּרוּווט פֿאַרפֿירן יוספֿן, איז ער פֿון איר אַנטלאָפֿן במסירת־נפֿש; יוסף האָט אין דעם פֿאַל אָפּגעוואָרפֿן דעם כאַאָטישן אַספּעקט פֿון לעבן, און האָט זיך אויפֿגעפֿירט כּשורה, לויט דעם געוויינטלעכן סדר. להיפּוך, ווען תּמר האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ זונה, האָט יהודה באַשלאָסן דווקא צו זײַן מיט איר, ווײַל זײַן אינטויציע האָט אים אונטערגעזאָגט, אַז אין דעם מאָמענט וואָלט עס געווען באַרעכטיקט.
יוספֿס לעבן איז געווען פֿול מיט אומדערוואַרטע געשעענישן און בײַטן. מע קאָן זאָגן, אַז כּדי נישט פֿאַרבלאָנדזשעט צו ווערן אינעם אַרומיקן כאַאָס, האָט ער געמוזט פֿאָלגן קלאָרע אָריענטירן. יהודהס לעבן איז געגאַנגען, בדרך־כּלל, אָן אַזעלכע דראַמאַטישע איבערקערענישן; אַדרבה, כּדי צו געפֿינען די פֿאַרבאָרגענע פֿינקעלעך פֿון ג־טלעכקייט אין דער אַרומיקער וועלט, האָט ער דווקא געמוזט זיך צומאָל בכּיוון ווענדן אין אומגעריכטע כאַאָטישע ריכטונגען.
דער כּוח פֿון גאולה, ”די בנינים פֿון מלוכת־בית־דוד”, ווי עס דריקט זיך אויס דער איזשביצער רבי, קומט פֿון אַזעלכע מעשׂים, וואָס פֿון דרויסן זעען זיי אויס ווי עבֿירות, אָבער טראָגן אין זיך אַ טיפֿערן באַדײַט. דער ריינער סדר, אָן כאַאָס, קאָן נישט ברענגען קיין רעוואָלוציאָנערע חידושים, און דערפֿאַר איז נישט בכּוח צו באַפֿרײַען דעם מענטש; דער ריינער כאַאָס, אָן קיין סדר, איז אָבער אַן אומזיניקער הפֿקר. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־קבלה, שטעקט דער גאולה־כּוח אינעם פֿאַרוואַנדלען דעם כאַאָס אינעם סדר, ווען דאָס ליכט פֿונעם ג־טלעכן געדאַנק ווערט אַנטפּלעקט דורך ערטער און מיטלעך, וווּ עס האָט פֿריּער געהערשט אומזיניקייט.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי אַזאַ קאָנטאַקט און באַלאַנס צווישן דעם סדר און כאַאָס איז פֿאָרגעקומען, ווען יוסף האָט דערציילט זײַנע ברידער, ווער ער איז. ”ויגש אליו יהודה” — יהודה האָט זיך דערנענטערט צו יוספֿן מיט ביטערע טענות, און פֿאָרגעלייגט צו ווערן אַ שקלאַף, כּדי זײַן ברודער, בנימין, זאָל באַפֿרײַט ווערן. ווען יוסף האָט אויסגעהערט יהודהס טענות, האָט ער זיך צעוויינט, אַנטפּלעקט ווער ער איז, און דערקלערט, אַז דער אייבערשטער האָט אים געשיקט קיין מצרים, כּדי זיי אָפּצוראַטעווען פֿונעם הונגער. יעקבֿ איז אָנגעקומען צו יוספֿן; די גאַנצע משפּחה האָט זיך גליקלעך באַזעצט אין מצרים. ווי די שפּעטערדיקע געשעענישן האָבן געוויזן, איז עס געווען דער אָנהייב פֿונעם מיצרישן גלות. אין דעם מאָמענט, ווען יעקבֿס משפּחה האָט זיך ווידער פֿאַראייניקט, איז עס אָבער זיכער געווען אַ גאולה. יוסף האָט פֿאַרשטאַנען, אַז יהודהס נטיה צו כאַאָטישע מעשׂים האָט אים נישט אומזיסט געבראַכט קיין מצרים. יהודה האָט פֿאַרשטאַנען, אַז יוספֿס נטיה צו סדר און אָרגאַניזאַציע האָט זיי אַלע געראַטעוועט. יעדער האָט דערזען אין זיך און אינעם צווייטן זײַן אוניקאַלע „נקודת־ציון”, דעם צייכן פֿון אַ פּערזענלעכער מיסיע אינעם גאולה־פּראָצעס, וועלכער בלויז ער קאָן אויספֿירן.
נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די וועלט, און יעדער באַזונדערער מענטש, בײַט זיך כּסדר ווי אַ חלום, קאָן די דאָזיקע השׂגה גופֿא באַפֿרײַען פֿון גלות. ווען יעדער אָנערקענט, אַז יעדער מענטש איז אַן איין־און־איינציקער צייכן פֿונעם ג־טלעכן ליכט, צו וועלכן מע מוז זיך באַציּען מיט אַזאַ דרך־ארץ, ווי צו זיך אַליין, קענען מיר באַפֿרײַען די וועלט פֿון גלות און אומיושר. אַדרבה, די בייגעוודיקע און פֿליסיקע נאַטור פֿון דער וועלט און פֿון דער מענטשלעכער פּערזענלעכקייט איז אַ סימן פֿונעם לעבעדיקן ג־טלעכן גאולה־כּוח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.