וועגן דער לבֿנה קען מען אַוועקרעדן אַ חודש!


פֿון הערשל גלעזער

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.

די לבֿנה איז בכלל אַ טשיקאַווע זאַך, ספּעציעל די ווערטער פֿאַר איר. „לבֿנה‟ אַליין איז פֿון לשון־קודש, טײַטש ׳די ווײַסע׳. אין לשון-קודש איז דאָ אַ צווייט וואָרט, „ירח”, וואָס דאָס איז דאָס גיייִקע וואָרט אינעם הײַנטיקן עבֿרית. דאָס וואָרט נעמט זיך, אַ פּנים, פֿונעם זעל­ביקן שורש וואָס „אורח”, דאָס הייסט, דער טײַטש איז ׳וואַנדערער, גאַסט׳. ביידע, סײַ „לבֿנה‟, סײַ „ירח‟ טרעפֿט מען אין תּנ״ך — דאָס צוויי­טע אַ סך אָפֿטער. הייסט עס, אַז שוין אין יענער צײַט האָט מען געוווּסט, אַז די לבֿנה שטייט נישט אויף אַן אָרט, נאָר דרייט זיך כּסדר (אַז די זון דרייט זיך נישט אַרום דער ערד האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, נאָך נישט געוווּסט).

אין די אַנדערע גערמאַני­שע לשונות האַלט דאָס וואָרט פֿאַר ‘לבֿנה’ די קאָנסאָ­נאַנטן m און n: ענגליש moon, דײַטשיש Mond אד״גל. פֿו­נעם זעלביקן מקור וואַקסן אויך די ווער­טער פֿאַר ‘חודש’: month און Monat. דאָס ייִדי­שע וואָרט „חודש” וואַקסט פֿונעם שורש „חדש” — ׳נײַ׳ — אין תּוך אַרײַן איז אַ חודש א נײַע לבֿנה. הײַנט דאָס ייִדישע וואָרט „מאָנטיק”, דאָס ענגלישע Monday און דאָס דײַטשי­שע Montag — אַלע זענען טײַטש ׳טאָג פֿון דער לבֿנה׳. אין דרום־ייִדיש רעדט מען עס אַרויס /מונטיק/, נישט-געקוקט דערויף וואָס אַזאַ מין אַרויסרעד כאַראַקטעריזירט בדרך-כּלל ווער­טער וואָס זייער וואָקאַל שטאַמט פֿונעם דײַטשישן a, נישט o. פֿאַר וואָס? ווען מיר זאָלן אַפֿילו נישט פֿאַרמאָגן קיין ווערטער־ביכער פֿון מיטל־הויכדײַטש וואָלטן מיר זיך געקענט משער זײַן, אַז אין מיטל־עלטער איז דאָס דײַטשי­שע וואָרט געווען אַן ערך mantag. וואָס זשע העלפֿט גאָט? אין יענער צײַט האָט מען אויף דײַטשיש געזאָגט mân-tac, מיט אַ לאַנגן a, פּונקט אַזוי ווי מיר וואָלטן זיך געריכט. הייסט עס, אַז דאָס הײַנטיקע ייִדישע וואָרט איז געטרײַער דעם מיטל־עלטערישן אָבֿ ווי דאָס דײַטשישע.

זעען מיר שוין, אַז מאַמע־לשון האָט דרײַ באַזונדערע שורשים פֿאַר די דרײַ ווער­טער, בשעת ענגליש און דײַטשיש בלויז איין שורש. אַנדערע אייראָפּעיִשע לשונות קומען ס׳רובֿ אָפּ מיט צוויי — בײַ די סלאַוון זענען, בדרך־כּלל, פֿאַרבונדן ׳לבֿנה׳ און ׳חודש׳, בײַ די ראָמאַנער — ׳חודש׳ און ׳מאָנטיק׳. אַ שטיי­גער, זאָגט מען אויף טשעכיש měsíc פֿאַר סײַ ׳לבֿנה׳, סײַ ׳חודש׳; ׳מאָנטיק׳ איז pondělí, פֿון אַ צונויפֿהעפֿט וואָס איז טײַטש ׳נאָך זונ­טיק׳. אַזוי אויך דאָס פּוילישע poniedziałek און דאָס רוסישע ponedel’nik. רוסיש און פּוי­ליש האַלטן מיט טשעכיש אויך אין שײַכות מיט ׳חודש׳ — mesyats און miesiąc — אָבער ׳לבֿנה׳ איז אויף רוסיש luna, אַזוי ווי בײַ די ראָמאַ­נער; אויף פּויליש איז ‘לבֿנה’ księżyc, וואָס דאָס האָט קודם געמײנט ׳יונגער פּרינץ׳; בײַ טאָג געוועלטיקט די זון, בײַ נאַכט די לבֿנה, איז זי בלויז אַ פּרינץ און אַ יונגער דערצו.

הײַנט די ראָמאַנער: דאָס לאַטײַנישע lūna שטאַמט פֿונעם שורש lux ‘ליכט’ און קער זיך אויך אָן מיטן גרעקישן leukos ‘ווײַס’ (פֿ״גל leukemia, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט). פֿון lūna וואַקסן דאָס פֿראַנצויזישע lune, דאָס פּאָרטוגאַלישע lua, דאָס שפּאַנישע און איטאַליענישע luna, דאָס רומענישע lună; אַזוי אויך ס׳רובֿ ווערטער פֿאַר ׳מאָנטיק׳: לאַטײַ­ניש diēs Lūnæ, פֿראַנצויזיש lundi, שפּאַניש lunes, איטאַליעניש lunedi, רומעניש luni. אויף פּאָרטוגאַליש segunda feira, וואָס דאָס וואַקסט פֿון אַ צווייטן לאַטײַנישן וואָרט, secunda fēria ׳צווייטע חגא, צווײַטער טאָג׳ — זייער ענלעך צום עבֿריתּישן „יום שני”.

די ווערטער פֿאַר ׳חודש׳, אָבער, נעמען זיך פֿונעם זעלביקן שורש וואָס בײַ די סלאַוון און גערמאַנען, מסתּמא פֿון אַן אַלט וואָרט פֿאַר ׳מעסטן׳ — לאַטײַניש mēnsis, פֿראַנצוי­זיש mois, איטאַליעניש mese, שפּאַניש mes, פּאָר­טוגאַ­ליש mês; אויף רומעניש זאָגט מען דאָ אויך lună, אַוודאי ווײַל בײַ די שכנותדיקע סלאַוון איז דאָ בלויז איין וואָרט סײַ פֿאַר ׳לבֿנה׳, סײַ פֿאַר ׳חודש׳. האָט רומעניש, אַזוי ווי ענגליש, דרײַ ווערטער פֿון איין שורש, אָבער צוליב אין גאַנצן אַנדערע סיבות.

אין דער משפּחה געפֿי­נען מיר אויך דאָס ייִדישע וואָרט „לונאַטיקער”, טײַטש ‘איינער וואָס גייט בשעת ער שלאָפֿט’, און דאָס ענג­לישע lunatic ‘משוגענער’. ביידע נעמען זיך פֿונעם גלייבעניש, אַז אַזעלכע משוגעתן רופֿט אַרויס די לבֿנה. טשיקאַווע, אַז אַנומלט האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס דאָס וואָרט lunatic אויסגעמעקט פֿון אַלע מלוכישע גע­זעצן.

לאָמיר ענדיקן דעם איצטיקן אַרטיקל מיט אַ וויץ פֿון אונדזער גרויסן סאַטיריקער דער טונקעלער, פֿון זײַן הומאָרעסקע „דער פֿרו­מער רעדאַקטאָר, זײַן טרײַער סעקרעטאַר און דאָס רעדאַגירטע ליד”. כּידוע איז אַ פֿרומער ייִד צו ראָש־חודש מקדש, אָדער מחדש, די לבֿנה. נאָר בײַם טונקעלן איז איינער אַ ייִד, נעבעך, אַזוי צעטומלט געוואָרן, אַז ער האָט געקושט די לבֿנה און מקדש געווען די מזוזה…