EROS־ישׂראל

פֿון משה לעמסטער

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.
פֿון רעכטס: חנן גאָלדבלאַט, גואל רצון, משה קצבֿ און נתן אשל
פֿון רעכטס: חנן גאָלדבלאַט, גואל רצון, משה קצבֿ און נתן אשל

…און ס׳האָבן זיך אָנגעהויבן די זיבן יאָר תּפֿיסה פֿאַר אונדזער געוועזענעם ישׂראל־פּרעזידענט משה קצבֿ, די זיבן שווערע יאָר, וועלכע קומען, ווי מיר ווייסן, נאָך די זיבן גוטע יאָר. די זיבן גוטע יאָר זײַנע סימבאָליזירן ניט זיבן פֿעטע קי, נאָר זיבן שיינע ווײַבלעך, איבער וועלכע ער, משה קצבֿ, איז באַגאַנגען פֿאַר­שיידענע סעקסועלע פֿאַרברעכנס. ווען ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון פּראָקו­ראָרן, האָט מען אין ישׂראל זיך געחכמהט — אויפֿן אָרט פֿון משה קצבֿ זאָגן — מצבֿ קשה (אַ שווע­רע לאַגע). און דאָך איז אים איין מענטש גע­ווען מקנא — וולאַדימיר פּוטין! ער האָט גע­זאָגט דעם דעמאָלטיקן פּרעמיער־מיניסטער אונ­דזערן אהוד אָלמערט, בעת זײַן באַזוך אין מאָס­קווע: „גיט איבער אַ גרוס אײַער פּרעזידענט, ער האָט אונדז באמת פֿאַרוווּנדערט… כ׳האָב ניט גע­מיינט, אַז ער איז בכּוח האָבן צו טאָן מיט צען פֿרויען!” פּוטינען, פֿאַרשטייט זיך, איז אַפֿילו אין קאָפּ ניט געקומען, אַז מע קאָן אַרײַנ­זעצן אין תּפֿיסה אַ פּרעזידענט! אינעם הײַנטיקן רוס­לאַנד האָט געקאָנט זײַן פּונקט פֿאַרקערט — אין תּפֿיסה וואָלטן געגאַנגען די פֿאַרגוואַלדיק­טע פֿרויען און ניט דער פּרעזידענט…

די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגע­רע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועל­כע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זע­נען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן.

ווײַזט אויס, אַז נאָך דעם טרינקען און עסן די מילך און האָניק, ווערן די ישׂראל־מענער ביז גאָר סעקסועל אַקטיוו, כ׳וואָלט אַפֿילו גע­זאָגט — עקשנותדיק אַקטיוו, עס וואַקסט זייער מאַנצבילשע פּאָטענץ…

לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז דוד המלך האָט געהאַט עטלעכע ווײַבער און דער גרעסטער זינד זײַנער איז, וואָס ער — אויב מישפּטן לויט די הײַנטיקע יורידישע געזעצן — האָט פֿאַקטיש פֿאַרגוואַלדיקט אוריהס פֿרוי — בת־שבֿען און גע­שיקט איר מאַן, אוריהן, אויף טויט אין אַ בלוטיקן שלאַכט. שלמה המלך האָט געהאַט טויזנט ווײַבער. ליב געהאַט האָט ער, ווײַזט אויס בלויז איינע — שולמית, וואָס ער האָט באַזונגען אין זײַן „שיר־השירים”. צו וואָס זשע האָט שלמה געדאַרפֿט די איבעריקע 999 ווײַבער זײַנע? — צוליב סעקס! איז אפֿשר דאַרף אַ מאַן, וואָס פֿאַרמאָגט אַ סך חכמה, אויך האָבן אין זײַן לעבן אַ סך סעקס? איז אפֿשר טאַקע דערפֿאַר, וואָס אין ישׂראל וווינען אַזוי פֿיל ייִדן־חכמים, ציט זיי, די דאָזיקע חכמים, צו פֿאַרשיידענע סעקסועלע אַוואַנטורעס? און טאַקע דערפֿאַר קאָן מען זאָגן, אַז ארץ־ישׂראל אין אויך — EROS־ישׂראל?

כּמעט יעדן טאָג קאָן מען בײַ אונדז הערן אויף דעם ראַדיאָ, זען אין טעלעוויזאָר, לייענען אין די צײַ­טונגען וועגן עפּעס אַ נײַעם סעק­סועלן סקאַנדאַל. די סקאַנ­דאַלן קומען פֿאָר אין אַלע טיילן פֿון לאַנד און געזעלשאַפֿט.

אין פֿעברואַר 2012 האָט נתן אשל, דעמאָלט שעף פֿון ביבי נתניהוס קאַנצעלאַריע — גע­מוזט אַוועקגיין אין דעמיסיע. עס איז געפֿאַלן אויף אים חשד, אַז ער האָט אַרויסגע­וויזן צו אַ מיטאַר­בע­טאָרין פֿון דער קאַנצעלאַריע מיטן נאָמען „ריש”, פֿאַרשיידענע סעק­סוע­לע גלוסטענישן. צווישן אַנ­דע­רע, ווי מע שרײַבט, האָט ער אַרונטעגע­שטופּט זײַן iPhone אונטער איר קליידל און פֿאָטאָגראַ­פֿירט דאָרט וואָס עס לאָזט זיך. צי האָט ער זיך געריכט אַנטפּלעקן עפּעס אַ נײַע זאַך, ווייסן מיר ניט. יעדנפֿאַלס, צוליב די דאָזי­קע סעקסוע­לע נאַרישקייטן האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן פּאָסטן. נאָר אַוועקגעגאַנגען איז ער פֿון ביבי נתניהוס קאַנצעלאַריע ניט מיט די ליידיקע הענט — מיט אַ פֿאָטאָגראַ­פֿיע פֿון „רישס” פֿיס אונטערן קליידל…

סעקסועלע סקאַנדאַלן קומען פֿאָר אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי. ניט לאַנג האָט אַ פֿרוי — אַן אָפֿיציר פֿון צה״ל, באַשולדיקט דעם גע­נע­ראַל נעם תּיבֿון אין סעקסועלע עוולות, וועל­כע זי האָט פֿון אים געליטן…

נאָך אָפֿטער הערט מען וועגן דעם זעלבן אין דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, וווּ, ווי עס שרײַבט די פּרעסע, זענען די סעקסועלע פֿאַרפֿאָל­גונ­גען פֿון די נאַטשאַלניקעס צו פֿרויען פֿון אַ קלענערן ראַנג געוואָרן ממש אַן אָנשיקעניש. ניט ווייניקער פֿון זיבן מיטאַרבעטאָרינס פֿו­נעם ירושלימער קרײַז בײַ דער פּאָליציי האָבן באַשולדיקט זייער נאַטשאַלניק גענעראַל־מאַ­יאָר, ניסן שכם אין פֿאַרשיידענע סעקסוע­לע פֿאַר­ברעכנס קעגן זיי…

ניט לאַנג צוריק האָבן אַ פֿערציק סטו­דענטן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דורכ­געפֿירט אַ דעמאָנסטראַציע בײַם קאַבי­נעט פֿו­נעם רעקטאָר. זיי האָבן באַשולדיקט די אַד­מי­ניס­טראַציע פֿונעם אוניווערסיטעט אינעם פֿאַר­שווײַגן פֿאַרשיידענע פֿאַקטן פֿון סעקסוע­לע באַ­לעסטיקונגען פֿון די לערער צו זייערע סטודענטקעס…

אַנומלט איז אַרויס פֿון דער תּפֿיסה דער אַקטיאָר חנן גאָלדבלאַט, וועלכער האָט פֿאַר­גוואַלדיקט צוויי פֿרויען און קעגן דרײַ אַנדערע איז ער באַגאַנגען סעקסועלע אויס­געלאַסנ­קייט־טאַטן. זיי אַלע און צווישן זיי אויך אומ­פֿול־יעריקע מיידלעך, האָבן זיך געלערנט בײַ אים די אַקטיאָרישע מלאָכה…

קעגן אַ באַוווּסטן אין ישׂראל קונצנמאַ­כער, וועלכער באַטייליקט זיך רעגולער אין די טעלעוויזיע פּראָגראַמען פֿאַר קינדער, האָט מען ניט לאַנג אײַנגעפֿירט אַן ענין פֿאַר אַרויס­ווײַזן סעקסועלע גלוסטענישן צו די שילערינס פֿון אַ שול, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן…

אין רוסיש איז דאָ אַ ווערטל: „שפּײַ ניט אין דער קערניצע, פֿון וועלכער דו טרינקסט וואַסער”. געמיינט האָט מען אויך, אַז פֿיר ניט אַ ליבע דאָרט, וווּ די אַרבעטסט. בײַ אונדז, ווײַזט אויס, איז מען מיט דעם ווערטל ניט באַ­קאַנט.

בעל־הבתּישע מאַנצבילן אין ישׂראל, די וואָס היטן אָפּ זייער כּבֿוד, פֿאַרפֿירן שטי­לער­הייט געליבטע. נאָר דאָס איז גאָר אַ טײַע­רע זאַך. האָבן אויף אויסצוהאַלטן אַ געליב­טע קאָסט כּמעט דאָס זעלבע, וואָס עס קאָסט אין ישׂראל אַ דירה.

די, וואָס זענען ניט אַזוי רײַך, דער מיטל־קלאַס, פֿאָרן אין פֿאַרשיידענע sex־עקסקור­סיעס אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַר­באַנד צי קיין טײַוואַן און מע „שפּײַט” זיך אויס אין די דאָרטיקע „קערניצעס”. ווער עס האָט ניט גענוג אויף די דאָזיקע עקסקור­סיעס באַזוכט די ישׂראלדיקע מאַסאַזש־קאַבי­נעטן און פֿאַרשיידענע פֿאַרמאַכטע הײַזלעך.

וואָס זשע זאָל שוין, נעבעך, טאָן אַ קבצן, אַ בעל־תּאווהניק? ער האָט נאָר איין ברירה — קריגן „מציות” אין דער היים, פֿון זײַן אייגענעם ווײַב… נאָר אַממערסטנס ווירקן אין סעק­סועלן אַספּעקט די מילך און האָניק פֿון אונדזער לאַנד אויף די רעליגיע­זע מענטשן. לויט די ידיעות פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי, זײַנען די סאַ­מע אָפֿ­טע געסט פֿון די מאַ­סאַזש־קאַבינעטן, הײַז­לעך פֿון גאַסן־מיידלעך די רעליגיע­זע ייִדן. פֿון צײַט צו צײַט שוועבן אויף אין אונדזער פּרע­סע סעק­סוע­לע סקאַנדאַלן, וווּ די „העלדן” זײַנען די מיט­גלידער פֿון פֿאַרשידענע קהילות.

ניט לאַנג האָט מען אַרעס­טירט איינעם אַ חסיד פֿון בני־ברק, וווּ כּמעט אַלע אײַנ­וווי­נער זײַ­נען טיף רעליגיעזע מענטשן, וועלכן מע האָט באַשולדיקט אין אויסגעלאַסנקייט־טאַטן לגבי אַ 12־יאָריק מיידעלע…

אין די ראַמען פֿון קאַמף קעגן די פּע­דאָ­פֿילן האָט מען לעצטנס אַרעסטירט אין ישׂראל דרײַ אָרטאָדאָקסן. מע איז חושד, אַז זיי האָבן פֿאַרגוואַלדיקט מער ווי 100(!) קינדער אין דעם ירושלימער חרדישן קוואַרטאַל נחלות. זיי פֿלעגן פֿאַרנאַרן צו זיך מיט נאַשע­רײַ די קינ­דער, ווײַזן זיי פּאָרנאָגראַפֿישע פֿיל­מען און באַ­גיין איבער זיי אויסגעלאַסנ­קייט־טאַטן…

דעם אָסיען האָט מען אַרעסטירט אַ „סעקס־גורו” — גואל רצון, וועלכער האָט גע­וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ מיט 17 ווײַבער, פֿון וועלכע ער האָט געהאַט 37 קינדער. מע באַשולדיקט אים אין פֿאַרגוואַלדיקן פֿרויען, אין אינצעסט…

נאָר לאָמיר בעסער רעדן וועגן פֿריי­לע­כערע זאַכן…