אינעם אויספֿאַרקויפֿטן קאָנצערט לזכּרון דער זינגערין חנה (אַדריאַן) קופּער, שבת־צו־נאַכטס דעם 22סטן דעצעמבער 2012 אינעם „האָנטער־קאָלעדזש‟, זענען זיך צונויפֿגעקומען מוזיקער און זינגער פֿון דער גאַנצער וועלט אָפּצוגעבן כּבֿוד איר אָנדענק: שורה ליפּאָווסקי פֿון האָלאַנד, טערעזע טובֿה פֿון טאָראָנטאָ, דן קאַהן פֿון בערלין, פּסוי קאָראָלענקאָ פֿון מאָסקווע. די דיריגענטן פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד מיטן ערשט־קלאַסיקן קלעזמער־אָרקעסטער האָבן זיי באַגלייט, ווי אויך זינגער פֿון אַלע עקן אַמעריקע; ספּעציעל די אַרטיסטן, וועלכע האָבן געהאַט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט חנה קופּער. אָבער אַזוי ווי קופּער איז געווען אַזאַ וויכטיקע פֿיגור במשך פֿון 30 יאָר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט בכלל, און אין דער קלעזמער־באַוועגונג בפֿרט, קענען כּמעט אַלע הײַנטיקע ייִדישע זינגערס מיט רעכט זאָגן, אַז זיי האָבן בײַ איר זיך געלערנט אָדער מיט איר מיטגעאַרבעט.
אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט די זינגער: עלינאָר ריסאַ, בתיה שעכטער, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאַש וואַלעצקי, דזשאָען באָרץ, „סאָ־קאָלד‟, זלמן מלאָטעק, די „קלעזמאַטיקס‟, און איר טאָכטער שׂרה מינע גאָרדאָן, צווישן אַנדערע. דזשעני ראָמיין און טינע קינדעמאַן האָבן אויסגעשפּילט אַ סצענע פֿון דער פּיעסע „גליקל פֿון האַמעל‟, וועלכע קופּער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן. עס האָבן גענומען אַ וואָרט פּראָפֿ׳ שמאול־אַבא שאַנדלער, מײַקל וועקס און מײַקל קופּער, דער ברודער פֿון גאָרדאָן, וועלכע האָבן באַטאָנט איר ברייטהאַרציקייט, עסטעטישן חוש, און צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, אַן טאָבאַק, האָט אויך דערציילט וועגן חנה קופּער, און אירע יאָרן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל אין דער אָרגאַניזאַציע.
צווישן דעם עולם און אויף דער בינע האָבן זיך געפֿונען געוועזענע סטודענטן פֿון דער „ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם‟ מיט וועלכע קופּער האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט. דער ייִדישער ראָק־און־ראָל זינגער וואָלף קראַקאָווסקי האָט זי דערמאָנט ווי זײַן שכדנטע, ווײַל אין דער זומער־פּראָגראַם האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי. אַנדערע האָבן זי געקענט ווי די מײַסטער־זינגערין און לערערין פֿון ייִדיש־געזאַנג. זיי האָבן זיך געלערנט בײַ איר אויף ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן איבער דער וועלט. אַ סך ניו־יאָרקער האָבן זי אויך געקענט ווי אַ פּראָגרעסיווע פּאָליטישע און סאָציאַלע אַקטיוויסטקע.
דער צוויי־שעהדיקער קאָנצערט איז אַדורך אָן אַ פּגם און מע האָט אים רעקאָרדירט און טראַנסמיטירט בשעת דער אונטערנעמונג דורך אינטערנעץ. מע קען אים זען בײַ דעם אַדרעס: //new.livestream.com/dreaminginyiddish/akholem אין דער קאָנצערט־פּראָגראַם האָט דער „אַרבעטער־רינג‟ מודיע געווען אַ נײַעם פֿאָנד „Adrienne Cooper Fund for Dreaming in Yiddish‟, וואָס וועט „שטיצן קינסטלער בײַם שטעלן די ערשטע טריט אויף דער אָן־סופֿיקער, אומבאַגרענעצטער, אומגעריכטער נסיעה פֿון שאַפֿן אויף ייִדיש‟. דעם טשעק קען מען שיקן צו דער „Foundation for Jewish Culture‟ POB 489, NY, NY 10113 צווישן די אַנדערע שטיצער פֿון דער אונטערנעמונג זענען געווען „דער פֿאָרווערטס/Forward‟ און „גאָלדן־לאַנד־קאָנצערטן‟. דער גרויסער עולם פֿונעם קאָנצערט, אַן ערך טויזנט מענטשן, האָט עדות געזאָגט צו דער גרויסער ליבשאַפֿט צו חנה קופּער ע״ה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.