אַ גרוס פֿון פּוילן ערבֿ ניטל

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 11, 2013, issue of December 28, 2012.

קאַטאָוויץ איז נאָך איין שטאָט, וואָס יוסף סטאַלין האָט איבערגעגעבן די פּאָליאַקן ווי אַ מתּנה נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין מיזרח־פּוילן געפֿינען זיך די וואָקזאַלן אויסערהאַלב דער שטאָט, ווי דער שטייגער איז געווען אין רוסלאַנד. אין קאַטאָוויץ געפֿינט זיך דער וואָקזאַל אין מיטן שטאָט — אַזוי ווי דער שטייגער איז אין דײַטשלאַנד. די אַרומיקע גאַסן זעען אויס פּונקט ווי אין פֿראַנקפֿורט אָדער בערלין.

אין קאַטאָוויץ איז פֿאַראַן אַ קליינע ייִדישע קהילה וואָס דערמאָנט מיט שטאָלץ, אַז טאַקע בײַ זיי, אין קאַטאָוויץ, האָבן זיך געטראָפֿן די ערשטע ציוניסטן. וולאָדזשימיעזש קאַץ, דער ראָש פֿון דער קהילה, ווײַזט די געסט דאָס הויז, וווּ אין יאָר 1884 האָבן די אַזוי גערופֿענע חובֿבֿי־ציון מיט לעאָן פּינסקער בראָש אָרגאַניזירט די קאַטאָוויצער קאָנפֿערענץ.

קאַץ דערציילט אָבער וועגן פֿרישע צרות וואָס די ייִדישע קהילה האָט פֿון די נײַע אימיגראַנטן — די אַראַבער. אין די 1960ער יאָרן זענען געקומען די אַראַבישע סטודענטן זיך לערנען אין פּוילן. עטלעכע פֿון זיי האָבן חתונה געהאַט מיט פּוילישע פֿרויען און זענען געבליבן אין קאַטאָוויץ, ווי אין אַ סך אַנדערע פּוילישע שטעט. דער קאָמוניסטישער בלאָק איז געווען געשטימט פּראָ-אַראַביש, און די יונגע אַראַבישע סטודענטן האָבן באַקומען דאָ אַ שיינע פֿינאַנציעלע שטיצע.

קאַטאָוויץ, ייִדישער קוואַרטאַל
קאַטאָוויץ, ייִדישער קוואַרטאַל

זייערע פּוילישע פֿרויען האָבן זיך איסלאַמיזירט, אָבער זיי האָבן געלעבט כּמעט גאַנץ נאָרמאַל; יעדנפֿאַלס, אויף דער גאַס האָבן זיי אויסגעזען נישט אַנדערש ווי די אַנדערע פּוילישע פֿרויען. אין די לעצטע יאָרן אָבער זענען געקומען קיין קאַטאָוויץ אין גאַנצן אַנדערע אַראַבער. קיינער ווייסט נישט וואָס זיי טוען. זיי זענען נישט קיין סטודענטן. זיי אַרבעטן נישט. אָבער עמעצער גיט זיי געלט. הראיה האָט איר — זיי האָבן פֿון וואָס צו לעבן. זיי דרייען זיך אַרום דעם אָרטיקן מעטשעט און טעראָריזירן די אַלטע קהילה. וואָס הייסט, די אַלטע קהילה?

דאָס מיינט די אַראַבישיע אינזשענערן און דאָקטוירים, וואָס זענען געבליבן אין פּוילן נאָך פֿון די זעכציקער יאָרן. און ווי אַזוי טעראָריזירן זיי די אַלטע אימיגראַנטן? זיי פֿאָדערן, למשל, אַז זייערע פּוילישע פֿרויען זאָלן באַדעקן זייערע פּנימער, ווי סע פֿירט זיך אין סאַודיע.

קאַץ דערציילט, אַז ביז איצט איז די באַציִונג צווישן דער קליינער ייִדישער קהילה און דער קליינער אַראַבישער קהילה געווען אַ גאַנץ גוטע. ער אַליין פֿלעגט זיי פֿאַרבעטן צו דער חנוכּה־מסיבה אין שיל.

קאַץ באַקלאָגט זיך, אַז די ליבעראַלע פּוילישע פּרעסע פֿאָדערט מען זאָל אַרײַנלאָזן מער אַראַבישע אימיגראַנטן אין לאַנד, נישט קוקנדיק אויף דעם פֿאַקט, וואָס אַ סך פֿון זיי זענען איסלאַמישע עקסטרעמיסטן. סע שאַפֿט זיך אַ מאָדנע קאָאַליציע — די פּוילישע דעמאָקראַטן און אַראַבישע עקסטרעמיסטן.

* * *

פּוילן, זאָגט קאַץ, טאָר נישט איבערחזרן די טעותים פֿון די מערבֿ־לענדער, וואָס האָבן איצט געוואַלדיקע פּראָבלעמען מיט זייערע אַראַבישע אימיגראַנטן, וואָס זענען שוין געוואָרן תּושבֿים.

קאַץ זאָגט, אַז די יונגע ראַדיקאַלן וועלן דערגיין די יאָרן סײַ די ייִדן און סײַ די מעסיקע מוסולמענער. “איך האָב געזאָגט דעם ראָש פֿון דער אַראַבישער קהילה, — דערקלערט קאַץ, — אַז ער וועט זײַן צווישן די ערשטע קרבנות פֿון די נײַע עקסטרעמיסטן. ראשית־כּל, וועלן זיי פּטור ווערן פֿון דיר און נאָכדעם פֿון מיר” — זאָגט קאַץ.

הייסט עס, אַז נישט נאָר אין ישׂראל, נאָר אויך אין מערבֿ־אייראָפּע און איצט אַפֿילו אין מיזרח־אייראָפּע האָבן די ייִדן צו טאָן מיטן איסלאַמישן ראַדיקאַליזם?!

* * *

און נאָך עפּעס וועגן אימיגראַנטן, דאָס מאָל אין גאַנצן אַנדערע אימיגראַנטן. סע גייט אַ רייד וועגן איינעם אַן עפּעלבוים, די ייִדישע אַמעריקאַנישע זשורנאַליסטקע, וואָס חוץ אַלע אירע מעלות, איז זי אויך די פֿרוי פֿונעם פּוילישן אויסערן־מיניסטער, ראַדעק שיקאָרסקי. עפּעלבוים איז אַ ספּעציאַליסטקע פֿאַר מיזרח־אייראָפּע און איר בוך “גולאַג” איז מסתּמא דער וויכטיקסטער טעקסט, געשריבן וועגן סטאַלינס לאַגערן.

אָבער די פּוילישע פּרעסע שרײַבט די טעג וועגן עפּעלבוים, צוליב אַ גאָר אַנדערער סיבה. עפּעלבוים וויל ווערן אַ פּוילישע בירגערין. פֿאַר וואָס? אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל איר מאַן, שיקאָרסקי, וויל ווערן דער פּרעזידענט פֿון פּוילן. נו, און ווי קען אַ פּרעזידענט האָבן אַ פֿרוי, נישט קיין בירגער פֿון זײַן לאַנד — אַזוי ספּעקולירן די זשורנאַליסטן.

אַגבֿ, איז עס נישט צום ערשטן מאָל, וואָס דער פּוילישער פּרעזידענט האָט אַ ייִדישע פֿרוי. דער הײַנטיקער פּרעזידענט, קאָמאַראָווסקי האָט אויך אַ ייִדישע פֿרוי. איר מאַמע קומט אין דער ייִדישער קהילה צו באַקומען די געלטער, וואָס קומען איר, ווי אַ חורבן־געליטענער, פֿון דער CLAIMS CONFERENCE

נאָר וואָס זשע? קאָמאַראָווסקיס פֿרוי, ווי אַ סך ניצול־געבליבענע, וואָס לעבן אין פּוילן, האָבן זיך געשמדט. אָדער ווי עס זאָגן דאָס די לצים אין וואַרשע, געוואָרן קאַטאָליקערין פֿון משהס גלויבן.

מיט פֿרוי עפּעלבוים קומט פֿאָר אַ גאָר אַנדערע מעשׂה. זי באַהאַלט נישט אויס דעם פֿאַקט, אַז זי איז א ייִדישקע. אַ פֿרויען־זשורנאַל האָט, למשל, דערציילט, וואָס פֿאַר אַ ייִדישע מאכלים זי קאָכט בײַ זיך אין שטוב.

ווען סענאַטאָר ליבערמאַן האָט געוואָלט ווערן אַ פּרעזידענט אין אַמעריקע, האָט מען זיך געחכמעט, ווי ס׳וועט אויסזען אַ סדר אין “ווײַסן הויז”. איצט קען מען טרײַבן קאַטאָוועס, ווי ס׳וועט אויסזען אַ מלוכישער סדר בײַ דער ווײַסל.