חורבן־ליטעראַטור׃ צװישן פֿאַרגעסן און געדענקען

Published January 18, 2013, issue of December 28, 2012.

דוד ראָסקעס מיט נעמי דיאַמאַנט, די מחברים פֿונעם נײַעם װאָגיקן בוך װעגן דער חורבן־לי­טעראַטור, האָבן געשטעלט פֿאַר זיך אַ דרײַיִקע אױפֿגעבע׃ צו געבן דעם ברײ­טערן אינטעלי­גענטן עולם אַ זאַכלעכן קיצור פֿון דער היסטאָרי­שער אַנט­װיקלונג פֿון דער דאָ­זי­קער ליטעראַטור פֿון 1938 ביזן הײַנ­טיקן טאָג; צונױפֿצושטעלטן אַ קאַ­נאָנישע רשימה פֿון אײן הונדערט װיכטיקס­טע ביכער־מוס­טער­ווערק, װאָס זײַנען פֿאַ­ראַן אױף ענגליש, און צו באַזאָרגן די לערער וועגן חורבן און זײערע תּלמידים מיט אַ פּעדאַגאָגישן װעג­װײַ­זער. דאָס בוך װעט אַרױסגײן אין גיכן, און דער לערנ­פּלאַן איז שױן צוטריט­לעך אױפֿן װעב־זײַטל

//www.brandeis.edu/tauber/publications/roskies/roskies_curriculum_guide.pdf

דעם שטױס צו אַזאַ אַמביציעזן פּראָ­יעקט האָט געגעבן די פּובליקאַציע פֿון דער צװײ־בענדיקער „ענציקלאָפּע­דיע פֿון דער חורבן–ליטעראַטור‟ אין 2003—2004. ראָסקעס האָט זי אױפֿ­גענומען זײער קריטיש׃ „כ׳בין גע­ווען אויסער זיך. אַנ­שטאָט צו ציִען אַ ניכטערן, היס­טאָרישן סך-הכּל פֿון דער פֿילשפּראַ­כי­קער און פֿיל-זשאַנערנדיקער חורבן-ליטעראַטור, האָבן די צוויי דיקע בענד אָפּגעשפּיגלט די עסטע­טיק און די קולטור-פּאָלי­טיק פֿון דער הײַנ­טי­קער, מערבֿדיקער אַקאַדעמיע. וועמען האָט מען אַוועקגעזעצט בײַ דער מיזרח-וואַנט? שרײַ­בער וואָס זע­נען הײַנט אין דער מאָדע — וואָס ייִנגער, אַלץ בעסער; פֿרויען — וואָס שענער, אַלץ בעסער; — און שרײַבער וואָס פֿאַרבינדן דעם היטלער-חורבן מיט אַנדערע אומגליקן — וואָס מער פּסיכיש און געאָפּאָליטיש, אַלץ בעסער. דער הײַנטיקער קאַנאָן פֿון דער חורבן-ליטעראַטור, בין איך געקומען צום אויס­פֿיר, איז אַ רשימה טעקסטן, וואָס קיין היסטאָרי­שע באַרעכטיקונג, חשיבֿות, האָט זי ניט, אָבער געפֿינען געפֿינט זי זיך אונטער דער האַנט, און זי לאָזט זיך לײַכט קנעלן מיט סטודענטן.״

David Roskies and Naomi Diamant. Holocaust Literature: A History and Guide. Waltham, Mass.: Brandeis University Press, 2012
David Roskies and Naomi Diamant. Holocaust Literature: A History and Guide. Waltham, Mass.: Brandeis University Press, 2012

פֿון דער לאַנגער קריטישער רעצענזיע וועגן אָט דער „ענציקלאָפּעדיע” איז געבױרן גע­װאָרן אַ געדאַנק אָנצושרײַבן אַ כראָנאָלאָ­גי­שע געשיכטע פֿון דער חורבן־ליטעראַ­טור, װאָס זאָל אַרומנעמען אַלע שפּראַכן און אַלע זשאַ­נערס׃ „איך האָב אויסגעניצט די פֿאָרשונג מײַנע איבערן יאָר 1943, ווען, לויט מײַן מיינונג, האָט זיך דער באַגריף „חורבן” אָנגע­הויבן אויס­צוקריסטאַליזירן, דער באַגריף „חורבן”, סײַ אונטער דער דײַטשישיער אָקופּאַציע, סײַ אין דער פֿרײַער וועלט. ס׳האָט זיך אַנטפּלעקט פאַר מיר אַ נײַע, ביז גאָר באַדײַטנדיקע כראָ­נאָ­לאָ­גיע, אײַנגעטיילט אין פֿיר בולטע תּקופֿות: 1938—1945, 1945—1960, 1960—1985, און 1985 ביז היינט.”

די היסטאָרישע כראָנאָלאָגיע איז געװאָרן דער יסוד אי פֿון דער קאָנצעפּציע, אי פֿון דער קאָמפּאָזיציע פֿונעם בוך. אָבער דער כראָ­נאָלאָגישער פּרינציפּ איז דאָ ניט סתּם אַ באַ­קװע­מער און קלאָרער אופֿן פֿון אָרגאַניזירן דעם ליטעראַרישן מאַטע­ריאַל. די פּעריאָדישע סטרוקטור, האַלט ראָסקעס, שפּיגלט אָפּ דעם אײגנאַרטיקן מהות פֿונעם קאָלעקטיװן זכּרון װעגן דעם חורבן, סײַ בײַ די ייִדן, סײַ בײַ די אומות־העולם׃

„געוויינטלעך, ווען מע פֿאַרטראַכט אַ פּע­ריאָ­דיזאַציע, גיסט איין תּקופֿה זיך אַרײַן אין אַ צווייטער, און ס׳איז בכלל שווער צו באַשטי­מען, ווען סע ענדיקט זיך איין תּקופֿה און סע הייבט זיך אָן די צווייטע. דאָ איז געשען פֿאַרקערט. די געשיכטע פֿון דער חורבן-לי­טעראַטור האַלט זיך אין איין איבעררײַסן. דור הולך ודור לא בא. איין דור ווייסט ניט פֿונעם צווייטן. און אַזוי דערקלערט זיך פֿאַר וואָס אַ וויסנשאַפֿטלעכע ענציקלאָפּע­דיע, וואָס איז אַרויס אין 2003, ווייסט גאָרניט, „געדענקט” גאָר­ניט, פֿאַררופֿט זיך גאָרניט, אויפן אָנהייב פֿון דער סאַגע אין 1943. אַלע פֿריִערדיקע שפּורן זענען נעלם געוואָרן, כּלא היה: ניטאָ די געטאָ-אַרכיוון, ניטאָ די געטאָ-רעפּאָרטאַזשן, ניטאָ דער סאָ­וועטן-פֿאַרבאַנד, ניטאָ ייִדישלאַנד.

און אַזוי איז געשען ניט איין מאָל, נאָר דרײַ מאָל! באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג, איבער גאָר דער וועלט, נעמען פּליטים, לעבן־גע­בלי­בענע, קינדער, פֿרויען, היסטאָריקער, כראָני­קער, פֿאָלקזינ­גער, און סתּם עמך, פֿאַרשרײַבן און אַרויסגעבן צײַטונגען, זשור­נאַלן, ביכער, בראָשורן, אַנטאָלאָגיעס, פֿילמען, אפֿילו הגדות, לזכר דעם חורבן. די בלי-תּקופֿה, קען מען זאָגן, פֿון דער אַלוועלט­לע­כער חורבן-ליטעראַ­טור פֿאַלט אויס אויף די יאָרן 1945—1948. ווער האָט זיך דאָס געקענט פֿאָרשטעלן?

סע שאַפֿט זיך אַ נײַע כראָנאָלאָגיע, וואָס זי באַווײַזט אונדז, אַז בכל דור ודור, אַז איט­לעכער נײַער דור מוז גלייבן, אַז ער איז דער ער­שטער צו זאָגן עדות וועגן חורבן, ווײַל די פֿריִערדיקע דורות האָבן כּלומרשט אים פֿאַר­שוויגן. פֿאַראַן אַזאַ טרײַב-כּוח, וואָס איך רוף אים „סקאַנדאַליעזער זכּרון”. דער עצם פֿאַקט, וואָס מ׳האַלט דעם חורבן בסוד, רופֿט אַרויס אַ פּראָטעסט, אַ שלל מיט נײַע פֿראַ­געס, פֿאָרמען, קולטור-העלדן. למאַי, למשל, האָט מען פֿאַרשוויגן דעם גורל פֿון ייִדישע פֿרויען? פֿון קינ­דער פֿון דער שארית-הפּליטה („דור שני לשואה”)? פֿון אומ­שולדיקע דײַטשן? מײַן רע­וויזיע הייבט זיך אָן מיט אָט דער נײַער, דיאַלעקטי­שער סכעמע.”

און װען מען רעדט הײַנט װעגן דעם קאָ­לעקטיװן ייִדישן זכּרון, װער זײַנען די גע­טרײַע שומרים זײַנע? אַמאָל האָט די דאָזיקע ראָלע געשפּילט די ייִדישע און העברעיִ­שע ליטע­ראַ­טור, איצט, דאַכט זיך, װילן דעם דאָ­זי­קען אַחריות איבערנע­מען די פּראָ­פֿע­סיאָ­נעלע היסטאָרי­קער, װאָס פֿירן הײסע וויכּו­חים אַרום פֿאַרשיידע­נע אַס­פּעקטן פֿון דער חורבן־גע­שיכטע און לער­נען זי אין אוני­װער­סי­טעטן. אָבער ראָסקעס איז ניט מסכּים:

„ניט היסטאָריקער, ניט שרײַבער היטן אָפּ דעם זכּרון פֿונעם חורבן בײַם הײַנטיקן טאָג. עס היטן אים אָפּ די זעכציק־זיבע­ציק טויזנט פֿילמיר­טע אינטערוויוען מיט דער שארית-הפּליטה און מיט אַנדערע לעבעדיקע עדות. ס׳היטן אים אָפּ די דאָקומענ­טאַ­רע און קינסטלערישע פֿיל­מען, וואָס מע ווײַזט זיי יעדן אַפּריל אויף דער ניט־קאָמערציעלער טעלעוויזיע לזכּרון דעם חורבן; עס היטן אים אָפּ די מוזייען אין אַלע הויפּטשטעט איבער דער מערבֿדיקער וועלט. כ׳וואָלט אַפֿילו געזאָגט, אַז עס היטן אים אָפּ די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן, מיט איראַן בראָש, דורך דעם וואָס זיי לייקענען שטיין און ביין וועגן חורבן, און סטראַשען מיט אַ נײַעם.

בלויז דאָ און דאָרט באַווײַזט זיך אַ היס­טאָ­ריקער, וואָס רודערט אויף דעם קאָלעק­טיוון זכּרון. דער פּויליש-אַמעריקאַ­נער סאָציאָ­לאָג יאַן גראָס איז אַזאַ איינער, און טאַ­קע אין דעם זכות האָבן מיר אַרײַנגענו­מען „שכנים”, דעם ערשטן באַנד פֿון זײַן טרילאָגיע וועגן די פּויליש-ייִדי­שע באַציִונגען, צווישן די הונ­דערט מוסטערווערק.

די מוסטערװערק־רשימה, װאָס דער­מאָנט „דאָס פּױלישע ייִדנטום‟, דעם מאָ­נומענטאַלן אַרגענטינער פּראָ­יעקט פֿון די 1950ער־1960ער יאָרן, איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער מיטאַר­בטעט צװישן ראָסקעס און נע­מי דיאַמאַנט׃ „די הונ­דערט מוסטער­ווערק זענען אויסגעסדרט כראָנאָ­לאָ­גיש, לויט די יאָרן פֿון באַשאַף, ניט לויט די דאַ­טעס ווען מע האָט זיי פּובליקירט, איבער­געזעצט, אָדער אינסצעניזירט. יעדעס ווערק, זאָל עס זײַן פֿונעם חשובֿסטן מחבר, פֿאַרדינט ניט מער ווי 500—550 ווערטער — ווי רש״י האָט גע­באָטן. אַחוץ דער געשיכטע, אין איינעם מיטן לוי­פֿיקן „פּירוש”, גייען צװאַנציק שער-בלע­טער, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ די עסטעטיק פֿונעם חורבן-בוך, ווי זי אַנטוויקלט זיך פֿון 1946—1995, און פֿון צווישן די צװאַנ­ציק שער-בלעטער, האָב איך אויסגעקליבן יעקב שטיינ­האַרדטס שער-בלאַט פֿון 1951 צו דער גרויסער נאַציאָנאַ­לער קינה, אורי-צבֿי גרינבערגס „רחובות הנהר”, זאָל ער אונדז דינען, פּונקט ווי ער האָט גע­דינט דעם דיכטער, צו שאַפן אַ ספֿר: עפּעס בלײַ­ביק, אַלצײַ­טיש. אויב אַ קאַנאָן, זאָל ער זיך געפֿי­נען אין אַ גע­העריקן לבֿוש.”

די ערשטע װערק פֿון דער חורבן־לי­טעראַטור זײַנען גע­שאַפֿן געװאָרן, דער עיקר, אױף ייִדיש, העברעיִש און מיזרח־אייראָ­פּעיִ­שע שפּראַכן, און הײַנט איז ענגליש געװאָרן די ייִדישע װעלטשפּראַך. אָבער װײַט ניט אַלע װיכטיקע װערק זײַנען פֿאַ­ראַן אױף ענגליש. װאָס פֿעלט פֿון די סאַמע קאַנאָנישע טעקסטן?

„אויפֿן ערשטן אָרט, לייב ראָכמאַנס מאָ­דערניסטישער ראָ­מאַן ‘מיט בלינדע טריט איבער דער ערד’ (1968), וואָס איז דאָ ניט לאַנג אַרויס אויף פֿראַנצויזיש. אויפֿן צווייטן אָרט, אורי-צבי גרינבערגס קינה ‘רחובות הנהר’ (1951), וואָס פֿאָדערט אי אַן איבערזעצונג, אי אַ פּירוש רש״י און תּוספֿות. אויפֿן דריטן אָרט, אַלע אָפּגעראַטעוועטע נומערן פֿונעם אונ­טערערדישן פּויליש-שפּראַכיקן זשורנאַל ‘החלוץ הלוחם’ (1943), געדרוקט, פֿאַר­שפּרייט, רעדאַקטירט, און מערסטנס אָנגעשריבן פֿו­נעם געטאָ-קעמפֿער שימעק דרענגער. און אויפֿן פֿערטן אָרט: אַלע לי­דער פֿונעם חורבן און וועגן חורבן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער — מיט אַלע ‘ליד־וואַריאַנטן’. ווען משיח וועט קומען, וועט זיך אָנהייבן די נײַע ענציקלאָפּעדיע פֿון דער חורבן-ליטעראַטור לויטן אלף-בית. אלף: רחל אויעבראַך (1903—1976). בית: מיכל באָר­וויטש (1911—1987). גימל: זלמן גראַדאָווסקי (1910— 1944). און ווער סע גלייבט מיר ניט, אַז אַזוי דאַרף זײַן, זאָל לייענען דאָס בוך.‟

אָבער װען מען רעדט װעגן אַ װאָסער־ניט־איז קאַנאָן, ווערט גלײַך געשטעלט אַ פֿראַ­גע: װי ברײט און טיף איז דער אָדער יענער אָפּקלײַב? װי פֿולקום, רעפּרעזענטאַטיװ און אַדעקװאַט שפּיגלט ער אָפּ דעם רײַכן און צומאָל סתּירותדיקן מאַטעריאַל פֿון דער חורבן־ליטעראַטור? אײן זאַך, װאָס װאַפֿרט זיך אין די אױגן אינעם חורבן־קאַנאָן נוסח פֿון ראָס­קעס און דיאַמאַנט, איז דאָס ביז גאָר חשובֿע אָרט פֿון פּױלן בכלל און װאַרשעװער און װיל­נער געטאָס בפֿרט. דערבײַ װערט די גאַנ­צע סאָ­װעטי­שע ליטעראַטור פֿאָרגעשטעלט בלױז מיט קנאַפּע דרײַ ביכער׃ דער נסתּרס „װי­דער­װוּקס‟, װאַסילי גראָסמאַנס „לעבן און גורל‟, און אַנאַטאָלי קוזנעצאָװס „באַבי יאַר‟.

ראָסקעס דערקלערט זײַן באַשלוס׃ „די סאָ­וועטיש-ייִדישע ליטעראַטור דאַוונט פֿון אַן אייגענעם סידור. דער רוף צו נקמה, ווי איך דער­קלער אינעם צװײטן קאַפּיטל, הייבט זיך אָן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, שוין אינעם 1942סטן יאָר. אָבער נאָך 1946, ווען סטאַלין הייסט אָפּווישן אַלע שפּורן פֿונעם סאָווע­טיש-ייִדישן ‘שוואַרץ-בוך’, מוז דער אָפּרוף אויפֿן חורבן געפֿינען אַנדערע וועגן און אומוועגן. די וועגן זענען דעם מערבֿדיקן לייענער אָפֿט­מאָל פֿרעמד. און ווי באַלד זיי בלײַבן לרובֿ אומ­באַ­קאַנט דעם סאָוועטישן לייענער אויך, צוליב דער אומעטומיקער, שטענ­די­קער צענזור, איז זייער שווער צו דערגיין דעם ווידעראַנאַנד צווישן דעם קינסטלערישן וואָרט און דעם קאָלעק­טיוון זכּרון, וואָס דאָס איז מײַן פֿאַקטישע טעמע.

איך באַדויער, אָבער וואָס כ׳האָב ניט גע­פֿונען קיין אופֿן צו באַקענען דעם לייענער מיטן גרויסן רוסיש-ייִדישן פּאָעט באָריס סלוצקי, וואָס מײַן תּלמיד מאַראַט גרינבערג האָט אים לעצטנס אויסגעלייזט. סע פֿעלן אויך אַנדע­רע אותיות פֿונעם אלף-בית. איז לאָמיר זיך כאָטש טרייסטן דערמיט: אַז כּל-זמן סע פֿעלן נאָך אַזוי פֿיל נעמען, האָט די חורבן-ליטעראַטור סײַ אַ נעכטן, סײַ אַ מאָרגן.”

דער סאַמע לעצטער זאַץ קאָן אַרױסרופֿן אַ חידוש: װאָס הײסט „אַ מאָרגן‟ פֿון דער חורבן־ליטעראַטור? צי קאָן די חורבן־ליטע­ראַ­טור האָבן אַ המשך אין דער צוקונפֿט? װאָס װעלן קע­נען זאָגן װעגן דעם חורבן שרײַ­בער פֿון די קומענדיקע דורות, װאָס האָבן ניט נאָר אַלײן דע­מאָלט ניט געלעבט, נאָר אַפֿילו קײן לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן האָבן זײ ניט געטראָפֿן?

ראָסקעס איז װידער ניט מסכּים: ‘אַוודאי האָט זי אַ צוקונפֿט. איט­לעכער דור מוז זאָגן עדות וועגן חורבן פֿון דאָס נײַ. בלית ברירה, וועט די ליטעראַ­טור זיך באַ­נײַען דורך נײַע שטי­מען און נײַע אויס­דרוק-מיטלען. די לעצ­טע תּקופֿה פֿון דער חורבן-ליטעראַ­טור שטייט אויך אונ­טערן סימן פֿו­נעם נאָך-קאָמוניזם. סע קומט די ריי פֿון יענע פֿעלקער, וואָס האָבן ביז אַהער געלעבט מיט לויטער ליגנס, צענ­זור, קינאה-שׂינאה, פּוסטע חלומות. איצט, אַז ס׳איז שוין באַלד ני­טאָ ווע­מען צו באַשול­דיקן, מוזן זיי זיך ספּראַ­ווען מיטן אייגענעם פֿאַר­ראַט, מיטן יחי­דישן און קאָלעקטיוון קאָשמאַר.

פֿון אַלע פֿעלקער האָט דאָס פּוי­לישע פֿאָלק באַוויזן די גרעסטע גבֿורה און האַלט אין איין אַרויסגעבן די סאַ­מע אינ­טערעסאַנטס­טע ווערק. אפֿשר וועט דער פּאָסט-קאָמוניסטי­שער לייענער זיך אַראָפּנעמען אַ מוסר-השׂכל פֿון דער פּוילישער חורבן-ליטעראַטור. ועל-כּולם האָט זי אַ מאָרגן, ווײַל די גאַנצע אויסגעשאָכטע­נע לאַנד­שאַפֿט ליגט איצט אָפֿן. אַלץ מער און מער, איז מען עולה-רגל אויף די מאַסן-קבֿרים, און אויף דעם באָדן שאַפֿט זיך אַ שפּאָגל־נײַע ליטעראַטור, אויף אַלע שפּראַכן.

די חורבן-ליטעראַטור באַנײַט זיך אויך אויף צוריק. ווי באַלד מ׳האָט אין גאַנצן פֿאַרשוויגן אירע אָנהייבן, ווי באַלד זי עקזיסטירט אויף אַזוי פֿיל ‘פֿרעמדע’ שפּראַכן, אַנטפּלעקן זיך כּסדר די פֿאַרגעסענע, באַגראָבענע ווערק. אָט האָט אַבֿרהם סוצקעווער געוואַרט קנאַפּע 35 יאָר ביז ער׳ט אַרויסגעגעבן ‘די ערשטע נאַכט אין געטאָ’: לידער, ליד־וואַריאַנטן, פֿראַגמענטן, געשריבן אין די חורבן-יאָרן 1941—1944. אין גיכן וועט אַרויס אַ באַנד חורבן-רעפּאָר­טאַזשן פֿון וואַרשעווער און לאָדזשער געטאָ, רע­דאַקטירט פֿון שמואל קאַסאָוו, וואָס וועט אַוועק­שטעלן צוויי אומבאַקאַנטע שרײַבער אין די סאַמע ערשטע רייען: פּרץ אָפּאָטשינסקי און יוסף זעלקאָוויטש. א גרויסער טייל פֿון די פֿריִיִקע מוסטערווערק אין אונדזער רשימה זע­נען אַרויס אין דער ענגלישער איבערזע­צוננג ערשט אין משך פֿונעם לעצטן יאָרצענדלינג.״

דער סדר־היום פֿונעם פּראָיעקט פֿון ראָס­קעס און דיאַ­מאַנט איז געװען אַ דרײַיִקער: אַ פּעדאַגאָגישער, אַ היסטאָרי­שער, און אַן עס­טע­טישער. די ערשטע דימענסיע װאַקסט פֿון דער קרי­טיק פֿונעם פֿאַרשפּרײטן אַקאַדעמישן קוק­װינקל, װאָס באַטראַכט די חורבן־ליטעראַטור װי אַ ניצלעכן כּלי פֿאַר פֿאַרשידענע פּעדאַ­גאָ­גי­שע און אידעאָלאָגישע צװעקן. די היסטאָרי­שע פּעריאָדיזאַ­ציע דאַרף ניט נאָר אַרױסברענ­גען די פֿאַרגעסענע ליטעראַרי­שע ירושה פֿאַרן הײַנטיקן לײענער, אָבער אױך באַשיצן זי פֿון כּלערלײ מאַניפּולאַציעס.

אָבער װאָס פֿאַר אַן אײגנאַרטיקן עסטע­טישן װערט קאָן האָבן די ליטעראַטור, װאָס דערצײלט װעגן לײַדן, מאָרד, הונגער, שרעק? װאָס פֿאַר אַן אָרט קאָן די חורבן־ליטעראַטור פֿאַרנע­מען אין דער אַלװעלטלעכער ליטעראַטור, װאָס איר יסוד איז די עסטעטיק פֿון שײנקײט?

זאָגט ראָסקעס׃ „די בעסטע ווערק פֿון דער חורבן-ליטע­ראַ­טור פֿאַרדינען אַ חשובֿ אָרט אין יעדער וועלט-ליטעראַרי­שער סכעמע, זאָל דאָס זײַן אין תּחום פֿון בילדונגס־ראָמאַן, פֿון עפּאָס און ליריק, פֿון זכרונות, פֿון פּאָסט-מאָדער­ניזם, ווי אויך אין תּחומען וואָס ערשט לעצטנס לייענט מען זיי ווי ‘ליטע­ראַ­טור’, ווי למשל, טאָגביכער, רעפּאָרטאַזשן, לעצ­טע בריוו. ווען מע וועט זיך נעמען אַ מאָל צו דער טעמע אַנ­טאָלאָגיעס, וועט מען דע­מאָלט אַנטפּלעקן דעם גוואַלדיקן פֿאַרנעם און חשיבֿות פֿו­נעם זשאַ­נער, במשך דעם חורבן, באַלד נאָכן חורבן, און אויך אין אונזערע טעג.

סע ווענדט זיך, וווּ מע שטעלט אַוועק דעם טראָפּ. אין ערשטן קאַפּיטל פֿון בוך צי אין אַ קורצן פֿאַרגלײַך צווישן דער חורבן-ליטעראַ­טור און דער פֿילשפּראַכיקער, אַלוועלטלע­כער ליטעראַטור וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה. אַנדע­רע האַלטן, אַז חורבן-ליטעראַ­טור דאַרף מען לייענען אויפֿן פֿאָן פֿון טראַוו­מע, וואָס דאָס פֿאָדערט אַ פּסיכאָלאָגישע און פּסי­כאָ־אַנאַליטישע קענטשאַפֿט. אין מײַן פֿריִער­די­קער פֿאָרשונג האָב איך אַוועקגעשטעלט אַ דרי­טע מעגלעכקייט, א דריטן פֿאָרש־אָביעקט: אָפּ­רופֿן אויפֿן חורבן אין דער גאַנצער ליטעראַ­טור בײַ ייִדן, פֿון דער תּוכחה און ספֿר איכה, ביז די קראָניקעס פֿון מיטלאַלטער און גזירות תּ״ח ותּ״ט, ביז די פּאָגראָמען, און די געטאָס און לאַ­גערן. ייִדן האָבן זייער אַ סך וואָס צו לער­נען די וועלט וועגן מי­טאָס, מעטאָנימיע, חילול און קידוש-השם, וועגן המשך און בײַט, חורבן און גאולה. ייִדן האָבן ניט קיין מאָנאָ­פּאָל אויף אומ­גליק. אָבער דעם זכר פֿון עמלקן גע­דענ­קען מיר אויף אייביק.”