עס זײַנען דעמאָלט געקומען אויך, אויפֿן וועג קיין דײַטשלאַנד, אַ גאַנצע גרופּע ייִדישע שרײַבערס. עס איז געקומען דובנאָוו און איך פֿלעג כּמעט יעדן שבת צופֿאָרן צו זיי און זײַן מיט זיי און ריידן מיט זיי, פֿאַרברענגען מיט זיי. איך געדענק דעם שמועס, ווען איך האָב זיך באַקענט מיט בערגעלסאָנען. באַקענט מיט בערגעלסאָנען, דאַכט זיך, האָט מיך אָדער נחום שטיף אָדער קלמנאָוויטש, די גאָר נאָענטע מײַנע. בערגעלסאָן האָט ליב געהאַט מאַכן אַזעלכע שטיק. [זיי] זאָגן אים: “דאָס איז יודל מאַרק, אָט אָ דער וואָס האָט געשאַפֿן די ייִדישע גראַמאַטיק”. זאָגט ער: “ס׳אַ ליגן. אַזוי פֿיל ייִדן, [און] ער איז… דער וואָס מאַכט אַ גראַמאַטיק איז ניט אַזאַ הויכער, איז ניט אַזאַ יונגער, ער האָט אַ באָרד און אַ פּליך. און אויב ער האָט ניט קיין פּליך און ניט קיין באָרד און ער איז אַזאַ יונגער, האָט ער די גראַמאַטיק ניט געמאַכט”. דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון גראַמאַטיק, [וואָס איך בין] געווען אַ סתּירה צו דעם.
דעמאָלט האָב איך אויך געהאַט אַ מעגלעכקייט פֿון דאָס נײַ ווערן אַ גוטער פֿרײַנד מיט דובנאָוון. דעמאָלט איז דאָך געווען די איינציקע צײַט [צו] פֿאַרברענגען דורך דעם וואָס מע פֿלעגט גיין שפּאַצירן. פֿלעג איך שבת קומען אין דער פֿרי צו דובנאָוון [און] גיין מיט אים שפּאַצירן. איך האָב אים דערציילט וועגן דער גימנאַזיע און דערציילט וועגן די תּלמידים, וואָס פֿאַר אַ וווּנדערלעכע תּלמידים זיי זײַנען און ווי זיי ווילן לערנען. און איך האָב אויך דערציילט, אַז פֿון אַלע שרײַבערס אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז דער וואָס האָט די גרעסטע ווירקונג אויף יוגנטלעכע פּרץ. און אַז פֿון פּרצן לערנען זיי זיך ייִדישקייט און אַ געוויסן וועלטבאַנעם.
אין 1926 איז געווען דער גרויסער שינוי אין דער ליטווישער רעפּובליק. די ליטווישע פּויערים זײַנען אין אָנהייב געווען אַלע פֿאַר די סאָציאַל־דעמאָקראַטן אָדער פֿאַר די ליטווישע פֿאָלקיסטן. אָבער די ערשטע זאַך וואָס זיי האָבן דורכגעפֿירט איז געווען אַ גרינטלעכע אַגראַרע רעפֿאָרם. איז אויף מאָרגן נאָך דער אַגראַרער רעפֿאָרם האָבן זיי אַלע אָנגעהויבן שטימען פֿאַר די קאָנסערוואַטיווע קאַטאָליקן. די זאַך איז דאָך זייער פּשוט: כּל־זמן די ערד איז ניט געווען זייערע, זײַנען זיי געווען פֿאַר די וואָס האָבן זיי צוגעזאָגט און זיי געגעבן ערד. אָבער וויבאַלד זיי האָבן ערד, וואָס דאַרפֿן זיי יענע האָבן? האָבן זיי גענומען שטימען ווי זיי האָבן געוואָלט און געענדיקט. אָבער אין 1926, צוליב דעם וואָס יענע האָבן זיך אין אַ סך פּרטים דורכגעפֿאַלן, איז געווען וואַלן מיט אַ קלאָרער מערהייט פֿון די לינקע. דער פּרעזידענט איז געוואָרן איינער אַ דאָקטער מעדיצין [סטאַוגאַיטיס], אַן אויסערגעוויינטלעך פֿײַנער מענטש פֿון אַן אַנדער שטעטל. דער פּרעמיער איז געוואָרן סלעזשעוויטשיוס, אַן אַדוואָקאַט, וואָס איז געווען אַ גוטער חבֿר.
ס׳איז אַלצדינג געווען גוט און פֿײַן, ביז אין דעצעמבער 1926 איז פֿאָרגעקומען אַ האַלב־פֿאַשיסטישע איבערקערעניש. דער סאַמע ערשטער פּרעזידענט סמעטאָנאַ, וואָס האָט שפּעטער פֿאַרלאָרן, האָט דורכגעפֿירט אַן איבערקערעניש מיט דער הילף פֿון טאַקע אמתע פֿאַשיסטן. ער האָט שפּעטער אײַנגעשטעלט אַ גאַנצע, אַזוי צו זאָגן, מילדע סיסטעם, אָבער אין דער דאָזיקער מילדער סיסטעם האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז פֿאַר דער גימנאַזיע בין איך אַ שטער. זיי האָבן שוין געוווּסט — דער דירעקטאָר פֿון גימנאַזיע, די ליטווינער — אַז איך בין אַרומגעפֿאָרן אין די אַלע שטעטלעך, אַז מיט דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג איז געווען אַ גרויסע טייל פֿון מײַן אַרבעט.
פֿאַרשטייט זיך, ס׳איז געווען שטענדיק אַ חשד, אַז איך בין אַ קאָמוניסט. זיי האָבן ניט געקענט האָבן קיין אַנדער פֿאָרשטעלונג וועגן דעם — אַזוי פֿיל תּלמידים פֿון דער גימנאַזיע זײַנען געווען לינקע. עטלעכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן. נאָך אין אָנהייב, נאָך אין סאַמע ערשטן יאָר, בין איך צוזאַמען מיט דעם חבֿר לאַמפּערט, וואָס איז געווען דער אָפֿיציעלער דירעקטאָר, געפֿאָרן אין בילדונגס־מיניסטעריום און גערעדט מיט דעם וויצע־מיניסטער, וואָס ער איז געווען איבער די מיטל־שולן. ער האָט געהייסן וואָלאָדקע. דעמאָלט איז געווען אַ קאָאַליציע פֿון די פֿאַרשיידענע קאַטוילישע פּאַרטייען. מיר האָבן געוואָלט קריגן אונטערשטיצונג — [וואָס] מיר האָבן שפּעטער געקראָגן. אין אָנהייב האָבן מיר מאָטיווירט מיט דעם: “וואָס הייסט מירן ניט קריגן אונטערשטיצונג? מיר זײַנען ייִדישיסטן, מיר זײַנען פֿאַר ייִדיש, מיר זײַנען פֿאַר דער שפּראַך פֿון דעם פֿאָטערס הויז”. (אויף ליטוויש איז ניטאָ קיין אויסדרוק “מוטערשפּראַך”: “tėvų namų kalba” — די שפּראַך פֿון דעם פֿאָטערס הויז.)
רײַסט ער איבער און ער פֿרעגט: kodėl areštuojami tiktai mokytojai jidišistai?
“פֿאַר וואָס ווערן אַרעסטירט נאָר לערער ייִדישיסטן?” דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, זייער שטאַנדפּונקט.
חוץ דעם, איינע פֿון די פֿאַרשיידנסטע זאַכן וואָס איך האָב געהאַט אין ווילקאָמיר, בין איך געווען דער פֿאָרזיצער פֿון אַ ספּאָרט־געזעלשאַפֿט, וואָס האָט געהייסן “אייניקייט” און געהאַט אַ גרינע פֿאָן. אָבער אין דער “אייניקייט” זײַנען אויך געווען קאָמוניסטישע חבֿרה — קלאָר. מיר האָבן אַפֿילו ניט געקענט וויסן ווער זיי זײַנען — אַפֿילו געוווּסט, [האָבן מיר זיי] ניט געקענט אויסשליסן. איז אַ פּאָר וואָכן נאָך דעם ווי ס׳איז געווען די איבערקערעניש בײַ מיר אין שטוב געווען אַ הויזזוכונג. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז קיין שום טריפֿה זאַך ניט געווען, אָבער אַ הויזזוכונג איז געווען.
איך האָב גענומען טראַכטן וועגן אַוועקפֿאָרן, און אייגנטלעך ניט געוווּסט וווּהין אַוועקצופֿאָרן. איך בין שוין דעמאָלט געווען פֿון 29 אַ האַלב יאָר, אַ גרויסער קנאַקער, אַ פּאָליטישער פֿירער, אַ שרײַבער, אַ מאַכער, אַ מחבר פֿון אַ גראַמאַטיק. עס האָט ניט געקענט זײַן אַזוי ווי ס׳איז געווען דעמאָלט מיט פֿאָרן אין ווילקאָמיר. אַגבֿ, דעמאָלט איז שוין מײַן ווײַב געווען קראַנק. זי האָט שוין די ערשטע העלפֿט פֿון יאָר 1927, אַפֿילו פֿון סוף 1926, געווען אַוועקגעפֿאָרן דאָס ערשטע מאָל אויף אַ האַלב יאָר צײַט אין פֿינלאַנד. מע האָט געזאָגט, אַז דאָרטן איז גוט. זי איז געווען קראַנק אויף טובערקולאָז.
וווּהין פֿאָרט מען? קריג איך אַ בריוו פֿון שטיף. שטיף איז מיט אַ יאָר פֿריִער אַוועקגעפֿאָרן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דעמאָלט זײַנען געווען די קאָלאָסאַלע ייִדישע אינסטיטוציעס מיט הונדערטער טויזנטער ייִדישע קינדער אין ייִדישע שולן, מיט פּראָפֿעסאָרן. [שרײַבט שטיף] אַז איך זאָל קומען קיין קיִעוו און ווערן זײַן געהילף, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין דער קיִעווער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע פֿון דער אוקראַיִנער רעפּובליק. איך האָב אים געענטפֿערט, אַז איך קום נישט. איך האָב דעמאָלט ניט געטראַכט וועגן דעם, אַז אָט אַ פּאָר יאָר שפּעטער וועט דאָס אַלצדינג אַוועק מיטן רויך. אָבער איך האָב געוווּסט וועגן דעם, אַז בײַ די קאָמוניסטן אין ליטע בין איך אַ “פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ”, [אַז] איך האָב געפֿירט מיט זיי מלחמות און אַז זיי פֿירן מיט מיר מלחמות. אַז איך האָב אין דער בראָשור “איינהייטלעכע שול” כּמעט אָפֿן קעגן זיי געשריבן. אַפֿילו אויב זיי וועלן מיך הײַנט אָננעמען, קענען זיי מאָרגן מיך אַרעסטירן. איך האָב זיי געקענט, אַזוי צו זאָגן, פֿון פֿריִער. האָב איך אים געענטפֿערט, אַז איך זאָג זיך אָפּ פֿון קומען אַהין.
איצט, [אַן] אינטערעסאַנטע זאַך: דער בריוו איז געבליבן. דער בריוו געפֿינט זיך איצט אין ייִוואָ אין ניו־יאָרק. ווי אַזוי? זייער פּשוט. ווען שטיף האָט באַקומען דעם בריוו פֿון מיר, האָט ער דעם בריוו אָפּגעגעבן בײַ זיי אין אַרכיוו. ער האָט אַזאַ בריוו אפֿשר גאָר ניט געוואָלט האַלטן — אפֿשר האָט ער מורא געהאַט. ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען קיִעוו, האָבן זיי דעם אַרכיוו פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס איבערגעשיקט קיין ווילנע אין ייִוואָ. ווען זיי האָבן געדאַרפֿט אַוועק פֿון ווילנע, האָבן זיי אַ גרויסן טייל פֿון דעם אַרכיוו פֿון ייִוואָ פֿאַרברענט און אַ געוויסן טייל האָבן זיי מיטגענומען צו זיך ערגעץ וווּ אין דײַטשלאַנד. דער בריוו איז אַריבער אין דײַטשלאַנד, און דעם בריוו צוזאַמען מיט אַ היפּש ביסל אַנדערע מאַטעריאַלן פֿון אַרכיוו האָט די אַמעריקאַנער אַרמיי געבראַכט אין אַמעריקע און אָפּגעגעבן דעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק. זייער אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע פֿון אַ בריוו.
אַנשטאָט דעם האָט מײַן ברודער מענדל אײַנגעאָרדנט פֿאַר מיר אַרבעט און אַ גוטע שטעל אין ריגע, וווּ איך בין געוואָרן דער לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור, אויך אַ געוויסע צײַט אַפֿילו אַ לערער פֿון העברעיִש, און אויך דער לערער פֿון די לערער־קורסן, וואָס מע האָט דעמאָלט געמאַכט. פֿאַרשטייט זיך, איך בין שוין פֿריִער געווען אין ריגע, איך האָב שוין געהאַלטן פֿאַרשיידענע לעקציעס אין ריגע, געווען אויף זייערע קאָנפֿערענצן — וועגן די אַלע זאַכן בין איך ניט אויסן.
אין 1927 איז מײַן ווײַב שוין געווען אַ קראַנקע. איך בין שוין געווען אין ריגע אויף קורסן פֿאַר לערער. נאָך דעם בין איך געקומען צוריק, כּדי צוזאַמען מיט מײַן שוויגער, וואָס האָט דעמאָלט נאָך געלעבט — מײַן ווײַב איז געווען דעמאָלט בײַ איר מוטער — זיי ברענגען אַלעמען קיין ריגע, צום אָנהייב פֿון דעם לערניאָר 1927. אָבער דעמאָלט איז ווידער געקומען זייער אַ שווערער מאָמענט פֿון דעם לעבן. ניט נאָר וואָס מײַן ווײַב איז געווען קראַנק — זי האָט זיך נאָך דעמאָלט גאַנץ גוט געפֿילט. מײַן שוויגער האָט זיך אויפֿגעהאָנגען.
זי האָט שוין געהאַט פֿאַרפּאַקט אירע קערב — אין לעצטן מאָמענט האָט זי זיך באַשלאָסן מסתּמא, אַז זי וויל ניט לעבן בײַ דער טאָכטער. זיי האָבן נישט גוט געלעבט, מוטער און טאָכטער. ווײַזט זיך אַרויס, אַז ס׳איז אַ גאַנץ אָפֿטע זאַך אָט אָ דאָס ניט גוטע לעבן צווישן מוטער און טאָכטער. זי האָט זיך געפּאַקט, אַלע האָבן זיך געפּאַקט, נאָך נישט געווען פֿאַרפּאַקט. ס׳איז געווען אין מיטן טאָג, זײַנען מיר דרײַ, דאָס ווײַב און מאָניע, וואָס איז געווען אַ ייִנגל שוין פֿון 7 יאָר, און איך זײַנען אַוועק שפּאַצירן. ליבאַווע האָט אַזוי פֿיל שיינע ערטער וווּ צו גיין. און אַז מיר זײַנען געקומען און אַז מיר זײַנען אַרײַנגעגאַנגען — איך בין אַרײַנגעגאַנגען אין דעם צימער, וווּ איך האָב געמיינט, אַז זי פּאַקט ווײַטער אָדער זי זיצט אָדער זי [טוט וואָס]. האָב איך געפֿונען ווי זי הענגט אַראָפּ פֿון אַ קרוק אויף וועלכן מען הענגט אויף אַ לאָמפּ. זי, פֿאַרשטייט זיך, איז ניט אַזאַ פּשוטע זאַך אַראָפּנעמען אַזאַ… [איך האָב] געפּרוּווט, גערופֿן פּאָליציי, פֿאַרשטייט זיך.
די ערשטע זאַך וואָס איך האָב געטאָן: איך האָב געהייסן מײַן ווײַב נעמען דאָס ייִנגל און אַוועקפֿירן אים צו מײַנע עלטערן, עס זאָל בײַ אים אין די אויגן ניט בלײַבן דאָס דאָזיקע בילד. ס׳איז געבליבן אין איר, אַ היפּשע לאַנגע צײַט איז געבליבן אין די הענט די דאָזיקע [?] אָט פֿון דעם טויטן פֿאַרשטײַפֿטן האַלדז. ס׳איז געקומען פּאָליציי, זיי האָבן געמאַכט אַ פּראָטאָקאָל. זיי האָבן, פֿאַרשטייט זיך, קיין אַנדער זאַך ווי זעלבסטמאָרד נישט געקאָנט געפֿינען. און ווען מיר זײַנען שוין אַוועקגעפֿאָרן אין ריגע, זײַנען מיר שוין געפֿאָרן אָן איר. מען האָט זי מקבר געווען אין ליבאַווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.