„שטרײַמל‟: קלעזמער־האַרמאָניקע פֿון מאָנטרעאָל


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

אין 2002 האָט זיך געשאַפֿן די גרופּע „שטרײַמל‟ אין מאָנטרעאָל, אָנגעפֿירט פֿונעם מויל־האַרמאָניקע־שפּילער דזשייסאָן ראָזענ­בלאַט. מיט אַן ערך צען יאָר צוריק האָבן מיר רעצענזירט די ערשטע רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס שטעלט פֿאָר סײַ ייִדישע מעלאָדיעס, סײַ טערקישע און רומענישע ני­גונים. ס׳איז געקומען די צײַט צו געבן אַ קרי­טישן קוק אויף די אַנדערע קאָמפּאַקטלעך פֿון דער ערנסטער גרופּע, וועלכע האָט דערגרייכט אַ הויכן מוזיקאַלישן ניוואָ.

די מאָנטרעאַלער משפּחה ראָזענבלאַט פֿאַר­מאָגט עטלעכע מוזיקאַלישע טאַלאַנטן: די מאַ­מע אַבי ראָזענבלאַט זינגט ייִדישע לידער; דער ברודער אלי שפּילט קלעזמער־פֿידל, און דזשיי­סאָן ראָזענבלאַטס פֿרוי, רחל לעמיש, וועל­כע שטאַמט פֿון אַ גאָר אַלטער רומע­ניש־קלעזמערישער משפּחה וואָס האָט זיך באַזעצט אין פֿילאַדעלפֿיע, שפּילט אויסגעצייכנט אויפֿן טראָמבאָן אין דער גרופּע „שטרײַמל‟.

אין דער צווייטער רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס הייסט „שאַרפֿער פּאַפּריקאַש‟ [Spicy Paprikash], פֿאַרנעמט דאָס האַרמאָ­ניקע שפּילן פֿון ראָזענבלאַט דעם אויבן־אָן, און ס׳איז טאַקע צו באַוווּנדערן. סײַ ווען ער שפּילט פּאַמעלעך, ווי אין „רחלס האָראַ‟, סײַ אין אַ מער גיכערן טעמפּאָ, ווי אינעם ניגון „רומענישע סירבע‟ בלאָזט ער אַרויס עכט ייִדי­שע קנייטשן אויף זײַן כּלי וואָס מע הערט, געוויינטלעך, נאָר פֿון אַ פֿידל אָדער קלאַרנעט. ראָזענבלאַט איז אַ נאָוואַטאָרישער שפּילער און באַקאַנט איבער דער וועלט, ווײַל ער שפּילט די דיאָטאָנישע האַרמאָניקע, אויך באַקאַנט ווי די „בלוז‟־האַרמאָניקע, מיט קראָמאַטישע קלאַנ­גען. דאָס הייסט, אויף אַן אינסטרומענט פֿון וועלכן מע וואָלט באַדאַרפֿט הערן בלויז 7 נאָטן, שפּילט ער 12 נאָטן.

אין אַזאַ קלאַסיש אַמעריקאַנער קלעזמע­ריש שטיקעלע, ווי „סעם שפּילט‟ מאַכט נאָך די האַרמאָניקע דעם קלאַרנעט־שפּילן פֿון סעם מוזיקער און דייוו טאַראַס. די צוויי קלאַרנע­טיסטן האָבן אין די 1950ער יאָרן געשטרעבט צו אַנטוויקלען אַ סינטעז צווישן די קלאַרנעט־קלאַנגען פֿון אַמעריקע און מיזרח־אייראָ­פּע, און אַ דאַנק די מוזיקערס שעפֿערישע אַראַנזשי­רונ­גען, האָבן זיי דאָס דערגרייכט. „שטרײַמל‟ האָט אויך ליב רומענישע מעלאָדיעס, און אין דער אַראַנזשירונג פֿון „פֿעטער טיבאָרס היי­סער פּאַפּריקאַש‟ גיט צו דער צימבל פֿון ניקאָ­לײַ מאַרגינענו אַ רומענישע שטימונג. דעם זעלבן צימבלער הערט מען אינעם רומענישן ניגון „האָראַ קאַ דין קאַוואַל‟ — „אַ האָראַ פֿאַר דער פֿלייט‟, אָבער די פֿלייט ווערט דאָ פֿאַרביטן מיט דער האַרמאָניקע.

ראָזענבלאַט קען אויפֿטאָן וווּנדער מיט זײַן אינסטרומענט, אָבער אין אַלע קלאַנגען פֿון דער האַרמאָניקע, פֿילט מען דעם טעם פֿון דער אַמעריקאַנער „בלוז‟; אַ זשאַנער, אין וועלכן עס האָט זיך אַנטוויקלט די האַרמאָניקע אינעם 20סטן יאָרהונדערט. די „בלוז‟ האָט מסתּמא אינספּירירט ראָזענבלאַט זיך צו לערנען שפּילן די האַרמאָניקע. אָבער אין דער זעלבער צײַט איז געקומען אַן אינטע­רעס צו דער קלעז­מער־מוזיק און ער האָט געפֿונען אַ וועג זיי צו קאָמ­בינירן. אינעם „גאַליציאַנער טאַנץ‟, אַ קאָמ­פּאָזיציע פֿו­נעם גרויסן קלאַר­נעט־שפּי­לער שלמהקע בע­קערמאַן, הערט מען בולט דעם סינ­טעז פֿון קלעזמער און „בלוז‟. און מיר דאַכט זיך, אַז ראָזענבלאַט איז דער איינ­ציקער אין דער קלעזמער־סבֿיבֿה וואָס האָט געשאַפֿן אַזאַ בריקל צווישן די צוויי מוזיק־קולטורן; ביידע מיט זייערע אייגענע קרעכצן.

דער רעפּערטואַר פֿון „שטרײַמל‟ נאַשט סײַ פֿון דער אַלטער היים, סײַ פֿון דער נײַער. אינעם „טראָמבעניק טאַנץ‟, אַ ליד פֿונעם קאָמי­קער און מוזיקער מיקי קאַץ, זינגט דזשאַש דאָלגין עטלעכע מאָל איבער —
„אוי, ס׳איז יום־טובֿדיק‟
אוי, ס׳זאָל זײַן מיט גליק!‟
אוי, די טראָמבאָניק!
בײַם אָנהייב פֿון דער קלעזמער־אויפֿלע­בונג האָט מען געקוקט בלויז מיט נאָסטאַל­גי­שע אויגן אויף די שאַפֿונגען פֿון מיקי קאַץ. הײַנט, האָט מען אַ העכערע אָפּשאַצונג פֿון זייער ווערט. אַגבֿ, איז ראָ­זענבלאַט אויך אַ געני­טער פּיאַניסט, ווי מע הערט אין דעם נו­מער. פֿון דעם אַמע­רי­קאַנער מאַטע­ריאַל זינגט דזשאַש דאָל­גין מיט דער טרומייטערין סו­זען וואַטס דאָס ליד „הלוואַי‟ פֿון משה אוישער און די בערי שוועסטער. דאָלגין, איינער פֿון די פּאָפּולערס­טע מוזיקער הײַנט אין דער קלעזמער־וועלט, איז פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿונעם רומעניש־ייִדישן וואָקאַלן סטיל פֿון אוישערן, וואָס איז שווער פֿאַר אַמעריקאַנער נאָכצומאַכן. דאָלגין, אָן צו פֿאַרמאָגן אַזאַ קול ווי משה אוישער האָט געהאַט, זינגט ער אָבער אין אַן אוישער־סטיל אויף אַן אָריגינעלן אופֿן.

דאָס „שטרײַמל‟־קאָמפּאַקטל „פֿענציס בלוז‟ Fenci’s Blues, וואָס איז אַרויס אין 2006, שטעלט דעם טראָפּ מער אויף טערקיש־ייִדי­שע פֿאַרבינדונגען: דער מאָנטרעאַלער אוד־שפּי­לער איסמאַיִל פֿענטשיגלו פֿון טערקײַ, שפּילט און זינגט טערקישע לידער און ראָזענ­בלאַטס האַרמאָניקע שפּילט אין אַ מיטל־מיזרח­דיקן סטיל.

אין דעם ניגון „ראָמאַן דוניאַ‟ (ציגײַנער־וועלט), שאַפֿט ראָזענבלאַטס האַרמאָניקע־שפּילן נאָך אַ מוזיקאַליש בריקל — צווישן דעם זשאַ­נער וואָס מע רופֿט וועלט־מוזיק, מיט זײַן בלוז־האַר­מאָניקע. עס דאַכט זיך, אַז ער קען זײַן אינ­סטרו­מענט צופּאַסן צו אַלע קולטורן. אָבער דער הויפּט סאָלאָ־אינסטרומענט אויף דער רעקאָרדירונג איז דער אוד, און דאָס שטעלט דעם טאָן.

רחל לעמישס „רחל בולגאַר‟, וואָס מע האָט געהערט אויף דעם פֿריִערדיקן קאָמ­פּאַקטל, שפּילט מען נאָך אַ מאָל, אָבער דאָס מאָל מיט אַן אוד־אַקאָמפּאַניאַמענט, און עס קלינגט אין גאַנצן אַנדערש. די מעלאָדיע איז טאַקע אַ ייִדישע, אָבער דער אוד־קלאַנג שאַפֿט אַן אַראַבישע שטימונג.

פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר שפּילט מען „חסי­דישע מעדלי‟ [פּאָפּורי], און די האַרמאָ­ניקע פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿונעם פֿידל בײַם אויס­טײַטשן די ניגונים. דער אוד פֿון איסמאַיִל פֿענט­שיגלו גיט אַוודאי צו אַן אַנדער טעם, און מע שפּילט דאָס מיט אַ באַלקאַנישן ריטעם. „האַוואַרדס סירביש‟ געשריבן פֿון ראָזענבלאַט, איז דער ייִדישסטער ניגון אויף דער רעקאָר­דירונג, און דאָ קלינגט די האַרמאָניקע ווי אַ קלאַרנעט אין אַ פֿרײַען דזשעז־סטיל. אַ שאָד, וואָס מע הערט נישט מער דעם טראָמבאָן פֿון רחל לעמיש.

איך וואָלט „פֿענטשיס בלוז‟ נישט באַ­צייכנט ווי אַ טייל פֿון דער קלעזמער־־מזזיק, נאָר גיכער פֿון דער „וועלט־מוזיק‟־קאַטעגאָריע, אין וועלכער די מוזיקער פֿון פֿאַרשיידענע קול­טורן קומען אָפֿט צוזאַמען און שאַפֿן עפּעס נײַעס. דער ניוואָ פֿון שפּילן איז אַ הויכער, אָבער בײַם הערן דעם קלאַנג פֿונעם אוד, טראַכט מען גיכער פֿון סטאַמבול ווי בוקאַרעשט.