אין אַ יאָר אַרום וועט ווערן הונדערט יאָר זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט-מלחמה. צווישן דער אין-סופֿיקער צאָל געשעענישן פֿון יענער צײַט האָט זיך אָפּגעשפּילט אויך דער עפּיזאָד, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער ביבליאָטעק, וואָס די שניאורסאָנס — די ליובאַוויטשער רביס — האָבן געזאַמלט זינט דעם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. בײַ דער צײַט, ווען די מלחמה האָט געפֿאָדערט אַן עוואַקואַציע, האָט די ביבליאָטעק געהאַט צענדליקער טויזנטער ספֿרים, כּתבֿ-ידן און דאָקומענטן. אַרומצופֿאָרן מיט אַזאַ באַגאַזש איז געווען אוממעגלעך.
איז מען דאַן געקומען צו אַזאַ אײַנפֿאַל: מע דאַרף צעטיילן די ביבליאָטעק. אַרום 12 טויזנט ספֿרים און 15 טויזנט דאָקומענטן (אַרײַנגערעכנט 381 כּתבֿ-ידן) האָט מען געבראַכט קיין מאָסקווע. דאָרטן האָט די זאַמלונג זיך אָפּגעהיט אין דעם ביכער-סקלאַד פֿון די רײַכע מאָסקווער סוחרים פּערסיץ און פּאָליאַקאָוו. אָבער עס האָט זיך געמאַכט די רעוואָלוציע, און די באָלשעוויקעס האָבן אָנגעהויבן צו נאַציאָנאַליזירן אַלץ, וואָס עס האָט זיך נאָר געלאָזט, אַרײַנגערעכנט אַלע גרויסע פּריוואַטע ביכער-קאָלעקציעס. אַזוי זײַנען די ספֿרים און פּאַפּירן פֿון דער שניאורסאָן-זאַמלונג אַריבער אין דער ביבליאָטעק, וועלכע האָט שפּעטער געהייסן „לענין-ביבליאָטעק”. איצט איז עס די מלוכישע ביבליאָטעק פֿון רוסלאַנד.
אַן אַנדער גורל האָט געהאַט דער צווייטער טייל פֿון דער זאַמלונג. צוזאַמען מיט די שניאורסאָנס איז זי געווען אַ צײַט אין דער דרום-רוסישער שטאָט ראָסטאָן. אין 1924 האָט ר׳ יוסף-יצחק שניאורסאָן געמוזט פֿאַרלאָזן די שטאָט און זיך באַזעצן אין לענינגראַד. אַהין איז אויך געבראַכט געוואָרן זײַן ביבליאָטעק. אין 1927 האָבן די באָלשעוויקעס אים אַרעסטירט און באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטישער טעטיקייט. ווי אַ „שׂונא פֿון דער רעוואָלוציע”, איז ער געשטעלט געוואָרן פֿאַר אַ סאָוועטישן געריכט, וואָס האָט אַרויסגעטראָגן דעם קורצן פּסק-דין: טויט.
אַ ברייטע אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע האָט פֿון דעסטוועגן געראַטעוועט דאָס לעבן פֿונעם רבין. מלוכה-לײַט און אינטעלעקטואַלן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער האָבן געפֿאָדערט, מע זאָל אים באַפֿרײַען. אין 1928 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן זיך צוצוהערן צו די פּראָטעסטן און האָט דערלויבט דעם רבין אַרויסצופֿאָרן קיין אויסלאַנד. ער האָט זיך תּחילת באַזעצט אין ריגע, אָבער אין יאָר 1934 איז ער געקומען קיין פּוילן. קיין אַמעריקע איז ער אָנגעקומען ערשט אין 1940, ווען אין אייראָפּע האָט שוין געפֿלאַקערט דאָס פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. פּוילן האָט ער פֿאַרלאָזט ווי אַ פּליט, אַזוי אַז וועגן מיטנעמען זײַן ביבליאָטעק האָט קיין רייד ניט געקאָנט זײַן. די ביבליאָטעק איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס.
ווען היטלערס דײַטשלאַנד איז צעקלאַפּט געוואָרן, האָבן אַ סך אַרכיוון און ביכער-זאַמלונגען דורכגעמאַכט אַ וועג אויף מיזרח, קיין רוסלאַנד. זיי זײַנען באַטראַכט געוואָרן ווי טראָפֿעען פֿון דער נצחונדיקער מלוכה. דעם צווייטן טייל פֿון דער שניאורסאָן-זאַמלונג איז באַשערט געווען צו געפֿינען אַן אָרט בשכנות מיט דעם ערשטן טייל — אין מאָסקווע. תּחילת האָט מען עס געהאַלטן אין דעם צענטראַלן מלוכה-אַרכיוו פֿון דער רויטער אַרמיי, וואָס הייסט איצט אַנדערש: דער מלוכישער מיליטערישער אַרכיוו פֿון רוסלאַנד.
אין די יאָרן פֿון ליבעראַליזאַציע פֿון דער סאָוועטישער מאַכט און נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָבן די ליובאַוויטשער ניט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן, מע זאָל זיי אומקערן די ביבליאָטעק. עס איז שוין געווען אַ מאָמענט, ווען אַ רוסישער געריכט האָט אָנערקענט זייערע רעכט. אָבער פֿון דעם איז גאָרנישט ניט אַרויס. אינטערעסאַנט, אַז דאָס אַלץ קומט פֿאָר אויפֿן פֿאָן פֿון אַ געוואַלדיקן דערפֿאָלג פֿון די ליובאַוויטשער אין רוסלאַנד. עס קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז שיִער ניט דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין אַליין שטיצט זייער טעטיקייט. אָבער ווען עס קומט צו דער שניאורסאָן-קאָלעקציע, וואַקסט אויס אַ וואַנט, בײַ וועלכער אַלע באַמיִונגען עפּעס אויסצופּועלן בײַ דער רעגירונג פֿאַרענדיקן זיך מיט גאָרנישט.
דער רוסישער צד דערלויבט צו נוצן די זאַמלונג, אָבער זאָגט זיך אָפּ עס אָפּצוגעבן, ניט געקוקט אויף שתּדלנות פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענטן, סענאַטאָרן און אַ סך אַנדערע טוער. עס האָט ניט געהאָלפֿן אויך דער באַשלוס פֿון דעם וואַשינגטאָנער פֿעדעראַלן ריכטער רויס לאַמבערט, וועלכער האָט אין אויגוסט 2010 אָנערקענט די רעכט פֿון די ליובאַוויטשער. פֿאַר וואָס האָט די רוסישע רעגירונג זיך פֿאַרעקשנט? זייער פּשוט: מע האָט מורא צו שאַפֿן אַ פּרעצעדענט, וואָס וועט ווײַזן דעם וועג די איבעריקע געוועזענע באַלעבאַטים פֿון ביכער און אַנדערע זאַכן, וואָס ליגן אין רוסישע מלוכישע זאַמלונג־אינסטיטוציעס. דער באַשלוס פֿון דעם ריכטער רויס לאַמבערט האָט געביטן דעם קלימאַט אין רוסיש-אַמעריקאַנער קולטורעלע באַציִונגען, ווײַל רוסישע מוזעען און ביבליאָטעקן האָבן איצט מורא צו באַטייליקן זיך אין אויסשטעלונגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די זאַך איז, אַז רוסישע עקספּאָנאַטן קאָנען אַרעסטירט ווערן.
די טעג האָט די געשיכטע באַקומען אַ נײַע אַנטוויקלונג: דער ריכטער לאַמבערט האָט אַרויסגעטראָגן אַ באַשלוס, לויט וועלכן די רוסישע רעגירונג מוז צאָלן 50 טויזנט דאָלאַר אַ טאָג, און אַזאַ שטראָף דאַרף זיך האַלטן ביז דעם מאָמענט, ווען די ליובאַוויטשער קריגן צוריק זייער זאַמלונג. דער סאָוועטישער צד האָט גלײַך געענטפֿערט, אַז קיין רייד קען ניט גיין וועגן אָנערקענען דעם דאָזיקן באַשלוס. דאָס מיינט, אַז די מעשׂה איז נאָך ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן. ס׳איז פּשוט אָנגעשריבן געוואָרן נאָך איין קאַפּיטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.