קאַיִרער גניזה אויף דער אינטערנעץ

Lorem ipsum dolor

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published January 28, 2013, issue of January 25, 2013.

נישט לאַנג צוריק, אין דעצעמבער, האָט די ביבליאָטעק פֿונעם קעמברידזש-אוני­ווער­סיטעט אין ענגלאַנד איבערגעגעבן, אַז זי האָט אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ אַ סך וויכטיקע רעליגיעזע מאַנוסקריפּטן, אַרײַנגערעכנט דעם „נאַש-פּאַפּירוס‟ — 2000־יאָריקע פֿראַגמענטן פֿון אַן אוראַלטן כּתבֿ-יד, וועלכער אַנטהאַלט איינע פֿון די עלטס­טע אָפּגעהיטע קאָפּיעס פֿון די עשׂרת-הדברות.

די נײַעס וועגן דער „אינטערנעץ-פּוב­לי­קאַציע פֿון די צען געבאָט‟ האָט זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט אין דער פּרעסע. עס זעט אָבער אויס, אַז ס׳רובֿ מעדיאַ-מיטלען האָבן פֿאַרקוקט אַ גרעסערע סענסאַציע — דעם רי­זיקן דיגיטאַליזאַציע-פּראָיעקט פֿון דער באַרימ­טער קאַיִרער גניזה. מער ווי 3,500 דאָקומענטן פֿון די גניזה-אוצרות זענען סקאַנירט געוואָרן מיט אַ זייער הויכער קוואַליטעט און זענען שוין פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ:

//cudl.lib.cam.ac.uk/collections/genizah

אין דער זעלבער צײַט, אין דעצעמבער, האָט די ישׂראלדיקע „אַנטיק-אינסטאַנץ‟ איבער­געגעבן, אַז צוזאַמען מיטן „גוגל‟ האָבן זיי אַרויס­געשטעלט אויף דער אינטערנעץ אַלע מגילות פֿון ים-המלח — אַן אַנדער באַרימ­טע אוראַל­טע ייִדישע גניזה. יעדער דאָקומענט איז סקאַנירט געוואָרן מיט אַן אומגעוויינטלע­כער קוואַליטעט, מיט דער הילף פֿון די זעלבע טעכנאָלאָגיעס, וואָס די אַמעריקאַנער קאָס­מאָס-אַגענטור, „נאַסאַ‟, נוצט אויס בײַם פֿאָטאָגראַ­פֿירן די מאַרסיאַנער פּייסאַזשן. די וועבזײַט פֿו­נעם דאָזיקן וויכטיקן אוצר געפֿינט זיך אָט-דאָ:

//www.deadseascrolls.org.il/

די מגילות פֿונעם ים-המלח זענען גאָר וויכ­טיק פֿאַר די ביבלישע פֿאָרשער און אַנ­דע­רע וויסנשאַפֿטלער, וואָס שטודירן די בראשית-תּקופֿה פֿון ייִדישקייט. אַזוי ווי דער דער­מאָנטער „נאַש-פּאַפּירוס‟, רופֿן זיי אַרויס אַ גרויסן אינ­טערעס סײַ בײַ ייִדן, סײַ בײַם ברייטן עולם, בפֿרט אין דער קריסטלעכער וועלט, אין וועל­כער תּנ״ך איז אויך אַן יסודותדיק הייליק בוך.

אַ בריוו צו רבי משה בן מיימון (דער רמב״ם), פֿון זײַן שוועסטער מרים, מיט אַ גרוס פֿון זײַן ברודער דוד
Courtesy of Cambridge University Library
אַ בריוו צו רבי משה בן מיימון (דער רמב״ם), פֿון זײַן שוועסטער מרים, מיט אַ גרוס פֿון זײַן ברודער דוד

ייִדישקייט האָט זיך אָבער אַנטוויקלט, דער עיקר, אין גלות. כּדי צו פֿאַרשטיין די שרשים פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע מינהגים, דעות און הלכות, איז די קאַיִרער גניזה אַ סך וויכטיקער. דערצו איז זי אַ סך גרעסער און באַשטייט פֿון בערך 210,000 מאַנוסקריפּט-פֿראַגמענטן, אָנגעשריבן במשך פֿון אַ לאַנגער תּקופֿה, פֿו­נעם נײַנטן ביזן נײַצעטן יאָרהונדערט.

שניאור-זלמן (סאָלאָמאָן) שעכטער, דער גרינדער פֿון דער ניו־יאָרקער „ייִדישער טעאָ­לאָ­גישער סעמינאַריע‟ און אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג, האָט אָנער­קענט די וויכטיקייט פֿונעם דאָזיקן ספֿרים-אוצר, וועלכער איז אָפּגעהיט געוואָרן ביז דע­מאָלט בײַ דער אַלטער שיל „בן-עזרא‟ אין קאַיִר, עגיפּטן. איצט געפֿינען זיך ס׳רובֿ דאָ­קומענטן פֿון דער קאַיִרער גניזה — כּמעט 200 טויזנט פֿראַגמענטן — אינעם קעמברידזש-אוני­ווערסיטעט; אַ קלענערער טייל ליגט אין ניו-יאָרק, מאַנטשעסטער און אַנדערע ערטער.

די פֿאָרשונגען פֿון דער קאַיִרער גניזה האָבן געמאַכט אַ גאַנצע רעוואָלוציע אין די ייִדי­שע שטודיעס. צום בײַשפּיל, געפֿינען זיך דאָרטן בריוו, וועלכע האָבן געגעבן אַן אוניקאַ­לע מעגלעכקייט זיך פֿאָרצושטעלן דאָס ייִדי­שע לעבן אין כאַזאַריע, אַלט-רוסלאַנד און אַנדע­רע מיטל-עלטערלעכע קהילות; זעלטענע מדרשים און אַנדערע טעקסטן פֿון דער תּלמודי­שער תּקופֿה; ביז לעצטנס פֿאַרלוירענע ווערק פֿון גרויסע רבנים, ראשונים און אַחרונים, מחקרים און מקובלים; אַ גרויסע צאָל טעקסטן אויף ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַראַמיש און אַראַ­ביש. אָפּגעהיטע קאָפּיעס פֿונעם קאָראַן און אַנדע­רע מוסולמענישע ווערק האָבן אָנגעוויזן, אַז ייִדישקייט און איסלאַם האָבן זיך אָפֿט געפֿו­נען איז גאַנץ נאָענטע און פֿרײַנדלעכע באַציִונ­גען. די קאַיִרער גניזה איז אויך דער עיקר־קוואַל פֿון די עלטסטע דאָקומענטן אויף ייִדיש. אָן דעם דאָזיקן אוצר וואָלטן מיר אַ סך ווייני­קער געוווּסט וועגן די פֿריִיִקע שטאַפּלען אין דער געשיכטע פֿון אונדזער שפּראַך.

מיט דער צײַט, קלײַבט זיך דער קעמ­ברידזש-אוניווערסיטעט אַרויסצושטעלן אַלע פֿראַגמענטן פֿון דער קאַיִרער גניזה, אַרײַנ­גערעכנט בערך 4,000 פֿון זשאַק מאָסעריס פּרי­וואַטער קאָלעקציע. דאָס איז אַ טייל פֿון אַ ברייטערן צווישן-רעליגיעזן פּראָיעקט; די ביב­ליאָטעק האָט לעצטנס אויך אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ אַ צאָל אַלטע קריסטלע­כע, מוסולמענישע, בודיסטישע און ייִדישע ווערק, אַרײַנגערעכנט דעם דערמאָנטן „נאַש-פּאַפּירוס‟, וועלכער שטאַמט אויך פֿון עגיפּטן, אָבער נישט פֿון קאַיִר. דער גניזה-פּראָיעקט איז אָבער, דערווײַל, דער גרעסטער.

מיט אַ יאָר צוריק האָט די ביבליאָטעק אָנ­גע­הויבן אַרויסשטעלן אויף דער אינטער­נעץ די אָריגינעלע מאַנוסקריפּטן פֿון אײַזיק ניו­טאָן. גראַנט יאַנג, דער דירעקטאָר פֿונעם די­גיטאַליזאַציע-פּראָיעקט, האָט איבערגעגעבן אין אַן אינטערוויו פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, אַז זיי פֿאָקוסירן זיך דערווײַל אויף צוויי גע­ביטן פֿונעם מענטשלעכן געדאַנק — רעליגיע און וויסנשאַפֿט. זיי האָפֿן אָבער צו פֿאַרבריי­טערן דעם פּראָיעקט און אײַנשליסן אַנדערע טע­מעס, אויב מע וועט געפֿינען מער שטיצע.

יאַנג האָט געזאָגט, אַז די אינטערנעץ-ביב­ליאָטעק האָט זיך געע­עפֿנט אין דעצעמבער 2011. דע­מאָלט האָט מען שוין גע­מאָלדן, אַז מע קלײַבט זיך צו סקאַנירן די קאַיִרער גניזה. די דאָקומענטן האָבן זיך באַוויזן אויף דער אינ­טערנעץ במשך פֿון לעצ­טע חדשים און האָבן אַרויסגערופֿן אַן אינטע­רעס צווישן די פֿאָר­שער. דערווײַל איז נישט קלאָר, ווען מע וועט פֿאַרענ­דיקן די דיגיטאַליזאַציע פֿון אַלע פּלאַנירטע טעקסטן. די שטיצע פֿאַר דער גניזה-פּוב­לי­קאַציע, ווי עס האָט דערקלערט יאַנג, קומט פֿון אַ באַזונדערן קוואַל — נישט ווי אַ טייל פֿון דער אַל­גיימענער עלעקטראָני­שער ביבליאָטעק, נאָר פֿונעם „פֿרידבערגס גניזה-פּראָיעקט‟. די דיגי­טאַ­ליזאַ­ציע-אַרבעט האָט זיך שוין אָנגעהויבן אינעם יאָר 2009. דער „פֿרידבערג-פּראָיעקט‟ פּלאַנירט צו­נויפֿ­צו­ברענגען אַלע דאָקומענטן פֿון דער קאַיִ­רער גניזה אין דער וועלט — נישט בלויז די, וואָס געפֿי­נען זיך אין קעמברידזש — און צו פּוב­לי­קירן זיי אַלע אויף זייער וועבזײַט, „www.genizah.org‟. לענאַרד פּאָלאָנסקי, אַן אַמע­ריקאַ­נער געשעפֿטסמאַן, וועלכער האָט געגרינ­דערט איינע פֿון די גרעסטע פֿינאַנציע­לע פֿיר­מעס אין ענגלאַנד, איז דער הויפּט-שטי­צער פֿו­נעם אַלגעמיינעם דיגיטאַליזאַציע-פּראָ­יעקט; אַ טייל פֿון דער שטיצע קומט פֿון דער ביב­ליאָטעק גופֿא און פֿון אַנדערע קוואַלן.

דער דירעקטאָר פֿונעם קעמברידזשער די­גי­טאַליזאַציע-פּראָיעקט האָט צוגעגעבן, אַז די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונגען פֿון דער אינ­טערנעץ-ביבליאָטעק ווענדט זיך אָן אין דעם, ווי גיך מע וועט צוגרייטן די צוגאָב-אינ­פֿאָר­מאַציע, וועלכע וועט העלפֿן אויפֿצוזוכן די דאָקומענטן און צו פֿאַרגלײַכן זיי מיט די אַנ­דערע טיילן פֿון דער ביבליאָטעק — למשל, מיט דער איסלאַמישער, ווײַל אין דער קאַיִרער גניזה זענען פֿאַראַן אויך אַ סך ווערסיעס פֿון אַראַבישע און מוסולמענישע ווערק.

דר׳ בען אַוטווייט, דער הויפּט פֿון דער „גרופּע פֿאַר גניזה-פֿאָרשונג‟, האָט בכּיוון אויס­געקליבן די ערשטע סעריע אַרויס­גע­שטעלטע דאָקומענטן, כּדי די באַזוכער פֿון דער אינטערנעץ-ביבליאָטעק זאָלן אָפּשאַצן דעם ברייטן און פֿאַרשיידנאַרטיקן כאַראַקטער פֿון דער קאַיִרער גניזה — פֿון אַלטע געשעפֿט-קאָנ­טראַקטן, געריכט-פּראָטאָקאָלן און פּריוואַ­טער קאָרעספּאָנדענץ ביז הלכה-ספֿרים, קבלה, קמיעות און פֿילאָסאָפֿיע.

עס קאָן זײַן, אַז די קעמ­ברידזשער אינטערנעץ-ביבליאָטעק וועט ברענ­גען אַ גאַנצע רעוואָלו­ציע אינעם געביט פֿון ייִדישע שטודיעס, ווײַל ביז איצט האָבן בלויז אַ קליינע צאָל ספּעציאַליסטן געקאָנט שטודירן די טעקסטן פֿון דער קאַיִרער גניזה, מיט אַ פֿאָקוס אויף אַ געוויסער גרופּע דאָקומענטן. אַפֿילו אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָר­שער וואָלט נישט געקאָנט איבערקוקן אַלץ, וואָס מע וויל, גלײַך אויפֿן אָרט. צוליב דעם די­גיטאַליזאַציע-פּראָיעקט, וועט יעדער יודע-ספֿר האָבן אַ מעג­לעכקייט צו פֿירן אייגענע פֿרײַע שטודיעס.

עס זענען שוין פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי ייִדישע בלאָגן, וווּ סטודענטן פֿון העברעיִש אָדער נײַגעריקע פֿרומע ייִדן דערציילן וועגן זייערע חידושדיקע געפֿינסן אין פֿאַר­שיידענע אַלטע ספֿרים. די מעגלעכקייט צו באַקענען זיך דירעקט מיט די מאַטעריאַלן פֿון דער באַרימטער גניזה וועט זיכער אַרויסרופֿן אַ נײַע כוואַליע אָריגינעלע אומאָפּהענגיקע פֿאָר­שונגען.

ווי געזאָגט, איז די קאַיִרער גניזה, מסתּמא, דער וויכטיקסטער קוואַל פֿון ידיעות וועגן דער געשיכטע פֿון דער מיטל-עלטערלעכער ייִדישקייט. צוזאַמען מיט די מגילות-ים-המלח, וועלכע געהערן צו אַ פֿריִערדיקער תּקופֿה און זענען איצט אויך געוואָרן צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, באַקומט זיך אַ מער אַרומנעמיקער היסטאָרישער אימאַזש. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז אַנדערע וויכטיקע קאָלעקציעס פֿון ייִדישע כּתבֿ-ידן — צום בײַשפּיל, פֿונעם ירושלימער „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אָדער פֿון דער מאָסקווער „לענין-ביבליאָטעק‟, וועלן אַמאָל פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אויף אַן ענלעכן פֿרײַען אופֿן.