אין דער פּוילישער שטאָט קראָקע האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַ ישׂראלדיקער רעסטאָראַן, וואָס שיידט זיך בפֿירוש אָפּ פֿון די אַנדערע ייִדישע רעסטאָראַנען אין דער געגנט, דורך באַטאָנען דאָס עסן און קולטור פֿונעם הײַנטיקן ישׂראל, אַנשטאָט דעם ייִדישן פּוילן פֿון אַמאָל. אויפֿן אָרט פֿון געפֿילטע פֿיש, קוגל און צימעס, סערווירט מען דאָרט פֿריש־געבאַקענע פּיטאַ־ברויט, כומוס און בורעקאַס.
ביז איצט איז אין קראָקע בכלל נישט געווען קיין פּלאַץ צו עסן כומוס און אַנדערע מיטללענדישע מאכלים.
במשך פֿון די ערשטע וואָכן זינט דער עפֿענונג סוף־דעצעמבער, האָט דער רעסטאָראַן, Hamsa Hummus and Happiness Restobar, וואָס געפֿינט זיך אינעם היסטאָרישן ייִדישן קוואַרטאַל קוזמיר (אויף פּויליש קאַזימיעזש), צוגעצויגן אַ סך אינטערעס, בפֿרט בײַ מענטשן צווישן 30 און 50 יאָר אַלט, ס׳רובֿ פֿון זיי — פּאָלאַקן. סילוועסטער־נאַכט זענען געקומען נאָענט צו 90 מענטשן.
„די פּאָפּולאַריטעט פֿונעם רעסטאָראַן איז אַ סימן פֿון אַ נײַער ריכטונג אין קראָקע, וואָס קוקט פֿאָרויס אַנשטאָט צוריק,‟ האָט יונתן אָרנשטיין, דער דירעקטאָר פֿונעם קראָקעווער ייִדישן קהילה־צענטער, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ביז איצט האָט מען דאָ אין קראָקע פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע קולטור ווי אַ זאַך, וואָס איז פֿאַרגליווערט געוואָרן אין יאָר 1938. איצט זעען מיר, אַז די פּאָלאַקן ווילן זיך אויך פֿאַרבינדן מיט דער קולטור פֿון די הײַנטיקע ייִדן.‟
דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור מצד דעם ייִנגערן דור פּאָלאַקן איז שוין אַ באַקאַנטע זאַך, ווי מע זעט יעדעס יאָר אויפֿן קראָקעווער ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל. במשך פֿון פֿינף טעג קומען אַהין טויזנטער פּאָלאַקן הערן קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער און לעקציעס אויף ייִדישע טעמעס; מע גייט אויף טורן פֿון די היסטאָרישע ייִדישע ערטער און מע באַזוכט ייִדישע קונסט־אויסשטעלונגען.
הגם דער רעסטאָראַן געפֿינט זיך אין זייער אַן אַלטן בנין, געבויט אינעם סוף־17טן, אָנהייב־18טן יאָרהונדערט, דערפֿילט מען באַלד אַ יוגנטלעכע פֿרישקייט, ווי נאָר מע קומט אַהין אַרײַן. אַנשטאָט דעם טונקלן אַלט־מאָדישן מעבל ווי אין אַנדערע רעסטאָראַנען אין קוזמיר, בלישטשען דאָ די ווײַסע בענקלעך און ווענט מיט ליכט און זונענשײַן, וואָס פֿליסט אַרײַן דורך די גרויסע פֿענצטער. פּאַלמען־ביימעלעך און פֿרישע געווירצן גיבן צו נאָך מער פֿרישקייט. אויף די ווענט הענגען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מאָדערנע, טאָג־טעגלעכע ישׂראלים.
„די שטימונג איז אַ הײַנטצײַטיקע, און עס שמעקט מיט תּל־אָבֿיבֿ,‟ האָט אָרנשטיין באַמערקט.
אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז די אייגנטימער פֿון „כאַמסאַ‟ זענען נישט קיין ייִדן, און אַפֿילו קיין מאָל נישט געווען אין ישׂראל. איינע פֿון זיי, מאַרסין גילאָווסקי, האָט צען יאָר לאַנג געאַרבעט אין די אָרטיקע ייִדישע רעסטאָראַנען, וווּ מע סערווירט מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים.
„במשך פֿון יענער צײַט האָב איך זיך באַקענט מיט אַ סך מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין ישׂראל,‟ האָט גילאָווסקי דערציילט. „האָב איך מיט מײַנע פֿרײַנד באַשלאָסן, אַז מיר ווילן שאַפֿן אַן אָרט אין קראָקע, וואָס וועט דערנענטערן די מענטשן, כאָטש אַ ביסל, צו דער מאָדערנער קולטור און דעם לעבן־שטייגער פֿון מדינת־ישׂראל.‟
גילאָווסקי און אירע מיטגרינדער האָבן געזוכט עצות און רעצעפּטן בײַ מענטשן, וואָס זענען באַקאַנט מיט דער ישׂראלדיקער גאַסטראָנאָמיע. איין חבֿרטע, וואָס האָט שוין באַזוכט ישׂראל אַ סך מאָל, האָט זיי געהאָלפֿן צוגרייטן דעם מעניו, און אַ ישׂראלדיקער פֿרײַנד האָט זיי געשיקט אַ ספּעציעלן רעצעפּט, ווי אַזוי צו מאַכן ארץ־ישׂראלדיקן קעז. ס׳רובֿ פֿון די אינגרעדיענטן זענען אימפּאָרטירט פֿון ישׂראל.
די אייגנטימער האָבן אויסגעקליבן דעם נאָמען „כאַמסאַ‟, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן, אַז דאָס וועט זיי ברענגען מזל־ברכה. די כאַמסאַ איז אַ קמיע אין דער פֿאָרעם פֿון אַ האַנט, וואָס איז זייער פּאָפּולער אין דער מיטל־מיזרחדיקער צירונג און וואַנט־טעפּעכער. „כאַמסאַ איז אויך אַ סימבאָל פֿון אַ סך פֿאַרשידענע קולטורן, און מיר האָבן געוואָלט ווײַזן, אַז בײַ אונדז זענען נישטאָ קיין גרענעצן צווישן מענטשן און פֿעלקער.‟
„קראָקע האָט טאַקע געדאַרפֿט עפּעס נײַס,‟ האָט באַמערקט קייט לעווי־פֿאָרעסטער, אַ ייִדישע געשעפֿטספֿרוי, וואָס אַרבעט בײַם „שאָטלענדישן באַנק‟ אין עדינבאָראָ, שאָטלאַנד, אָבער פֿאַרברענגט אַ סך צײַט אין קראָקע. „די טראַדיציאָנעלע ייִדישע רעסטאָראַנען זענען נישט שלעכט, אָבער זיי האָבן נישט קיין מאָדערנעם טעם. בלויז די טוריסטן קומען אַהין — פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ענגלאַנד און די סקאַנדינאַווישע לענדער. די אַטמאָספֿער אין ׳כאַמסאַ׳ איז פֿריש, גרין און לעבעדיק — עס גיט נישט קיין געפֿיל, אַז די געשיכטע האָט זיך אָפּגעשטעלט.‟
„די מאכלים זענען פֿילפֿאַרביק און געשמאַק,‟ האָט לעווי־פֿאָרעסטער געזאָגט, אָבער צוגעגעבן, אַז די אייגנטימער דאַרפֿן זיך נאָך לערנען אַ ביסל וועגן די ייִדישע טראַדיציעס. איין מאכל, וואָס זי האָט באַשטעלט, למשל — רעפֿטלעך פֿון פּאַטלעזשאַן מיט געבראָטענעם שאָפֿנפֿלייש — האָט מען געקאָכט מיט אַ יאָגורט־מינץ־סאָוס, און דערבײַ עובֿר געווען אויפֿן פֿאַרווער קעגן מישן מילכיקס מיט פֿליישיקס. „איך ווייס, אַז דער רעסטאָראַן איז נישט כּשר, אָבער זיי וואָלטן כאָטש געמעגט מאַכן דאָס עסן כּמו־כּשר. זיי האָבן עס נישט געטאָן בכּיוון; זיי האָבן פּשוט נישט געוווּסט וועגן דעם.‟
„דער אימאַזש פֿון דער ייִדישער קראָקע איז הײַנט אַ דרײַ־פֿאַכיקער,‟ האָט אָרנשטיין דערקלערט. „ערשטנס, דערמאָנט עס אונדז אינעם טראַגישן סוף פֿון דעם פּוילישן ייִדנטום; צווייטנס, שפּיגלט עס אָפּ די טויזנט־יאָריקע ייִדישע געשיכטע אין פּוילן, וואָס מע קען זען פֿון די זיבן שילן, וואָס שטייען ביזן הײַנטיקן טאָג, און דריטנס, איז עס אויך אַ מאָדערנע קהילה, וווּ פּוילישע יונגע לײַט פֿאָרשן אויס זייערע ייִדישע וואָרצלען. די וואָך, למשל, איז ווידער אַרײַנגעקומען אינעם קהילה־צענטער אַ יונגערמאַן און דערקלערט: ׳מײַן זיידע האָט מיר לעצטנס געזאָגט, אַז ער איז אַ ייִד׳.‟
בערך 400 מענטשן באַלאַנגען צום קהילה־צענטער, וווּ מע לערנט זעקס העברעיִש־קלאַסן, אַ ייִדיש־קלאַס, אַ שמועס־קרײַז פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדיש־רעדער (ס׳רובֿ פֿון זיי — יונגע, נישט־ייִדישע סטודענטן), ווי אויך קלאַסן אין כינעזיש און יאַפּאַניש. „ס׳וואָלט געווען אַ ביסל נודנע, ווען מיר וואָלטן בלויז געלערנט קלאַסן אויף ייִדישע טעמעס,‟ האָט אָרנשטיין באַמערקט.
סעבאַסטיאַן רודאָל, אַ נישט־ייִדישער אײַנוווינער פֿון קראָקע, וועלכער אַרבעט אינעם ייִדישן קהילה־צענטער, איז אַליין דערצויגן געוואָרן אינעם אַמאָליקן ייִדישן שטעטל כשאַנעוו, און איז שוין יאָרן לאַנג פֿאַראינטערעסירט אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם שטעטל. „ס׳וואָלט מיך גאָר נישט פֿאַרחידושט, ווען איך דערוויס זיך פּלוצעם, אַז כ׳האָב אַליין ייִדישע וואָרצלען, נעמענדיק אין באַטראַכט וויפֿל ייִדן האָבן דאָרט געוווינט,‟ האָט ער געזאָגט.
פֿון דעסטוועגן, האָט רודאָלן אויך צוגעצויגן די הײַנטצײַטיקע אַטמאָספֿער פֿון „כאַמסאַ‟. „ווען איך בין אַרײַנגעגאַנגען אַהין, איז עס געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב פֿאַרזוכט ישׂראלדיק עסן. כ׳האָב ספּעציעל הנאה געהאַט פֿונעם כומוס, באַשאָטן מיט מילגרוים־קערנדלעך. דאָס געמיש פֿון שאַרפֿס מיט זיס איז געווען אַן איבערראַשונג.‟
„די אַטמאָספֿער איז זייער ׳קול׳ [cool] און מאָדערן,‟ האָט ער צוגעגעבן. „כ׳וואָלט זיך גאָר נישט געשעמט צו ברענגען מײַנע פֿרײַנד אַהין.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.