„…האָט קין געבראַכט פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד אַ קרבן צו גאָט. און הבֿל, ער אויך האָט געבראַכט פֿון די ערשטלינגען פֿון זײַנע שאָף און פֿון זייערע פֿעטסטע. און גאָט האָט זיך געקערט צו הבֿלען און צו זײַן קרבן, און צו קינען און זײַן קרבן האָט ער זיך ניט געקערט…” (בראשית,„ד”)
„…זאָלט איר פֿון פֿי, פֿון רינדער אָדער פֿון שאָף, ברענגען אײַער קרבן… און שעכטן דאָס יונגע רינד פֿאַר גאָט…” (ויקרא, „א”).
פֿון די דאָזיקע צוויי ציטאַטן, און אַזוינע ציטאַטן וועגן קרבנות קאָן מען אין תּורה געפֿינען ניט ווייניק, איז קלאָר, אַז אונדזער גאָט איז ניט קיין וועגעטאַריאַנער; ער האָט ליב דעם ריח פֿון פֿלייש, פֿלייש פֿון בהמות, וואָס האָבן זיך געפּאַשעט אויף גרינע ערדישע לאָנקעס, געגעסן דאָרט די זאַפֿטיקע, געשמאַקע גראָזן. ווײַזט אויס דאָס הימלישע פֿלייש איז אַ דיעטיש און עס האָט אַן אַנדער טעם, ניט דעם וועלכן מיר, די מענטשן, די ניט־וועגעטאַריאַנער, האָבן אויכעט ליב. וועט איר פֿרעגן פֿון וואַנעט האָב איך גענומען, אַז אין די הימלען איז דאָ פֿלייש? נאָר צוויי ציטאַטן פֿון די ייִדישע אַגדות. די ערשטע אַגדה הייסט „אָדם הראשון אַ וועגעטאַריאַנער”:
„…אָדם הראשון איז ניט דערלויבט געווען צו עסן פֿלייש… אין דער תּורה שטייט אַז גאָט האָט געגעבן די פֿלאַנצן צו עסן פֿאַרן מענטשן אַזוי ווי פֿאַר אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן. ערשט אין די צײַטן פֿון די בני־נח איז דעם מענטשן דערלויבט געוואָרן צו עסן פֿלייש.
אַן אַנדער אַגדה הייסט „פֿלייש פֿון הימל”:
ר׳ יהודה פֿרעגט: „…צי קאָן אָדם עסן פֿלייש אין גן־עדן? עס איז דאָך אים געווען פֿאַרבאָטן צו עסן פֿלייש. דער ענטפֿער איז, אַז ער עסט פֿלייש פֿון הימל…”
און אויך דאָ לייענען מיר: „ר׳ שמעון איז איין מאָל געגאַנגען אין וועג, האָט ער זיך באַגעגנט מיט הונגעריקע לייבן. האָט ר׳ שמעון געזאָגט דעם פּסוק (תּהילים, קד): ׳די לייבן שרײַען, זיי ווילן עסן!׳ זײַנען גלײַך אַראָפּגעפֿאַלן פֿון הימל צוויי גאַנצע זײַטלעך פֿלייש. איין זײַטל האָבן די לייבן אויפֿגעגעסן… ר׳ שמעון האָט דעם איבערגעבליבענעם זײַטל פֿלייש מיטגענומען אין בית־מדרש. האָט מען אים געפֿרעגט: ׳איז דאָס פֿלייש ריין צי אומריין?׳ האָט ער געענטפֿערט: „קיין אומריינע זאַכן קומען ניט אַראָפּ פֿון הימל׳”.
צי מע מוז עסן פֿלייש אין גן־עדן, צי ניין — דאָס ווייס איך ניט. דאָך איז אונדז קלאָר, אַז פֿלייש איז דאָרטן דאָ, דאָס פֿלייש איז כּשר און איך גלייב ניט, אַז עמעצן פֿון די וואָס האָבן געהאַט די זכיה צו זײַן אין גן־עדן, וועט סטײַען דרייסטקייט אָפּצוזאָגן אַ הייליקן הימל־לײַט, וועלכער וועט ברענגען אויף אַ גאָלדענעם טאַץ אַ שטיקל געבראָטן פֿלייש…
יעדנפֿאַלס, איז אויך קלאָר, אַז אַ ייִד אַ וועגעטאַריאַנער קאָן ניט זײַן קיין צדיק! פֿאַר וואָס? ווײַל פֿאַר די צדיקים אויף יענער וועלט איז צוגעגרייט צום עסן דער לעגענדאַרער אָקס, דער שור־הבר און געפֿילטע פֿיש פֿונעם לעגענדאַרן פֿיש, לוויתן.
איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס מענטשן ווערן וועגעטאַריאַנער איז די עטיש־מאָראַלישע — צוליב ניט וועלן פֿאַרשאַפֿן ליידן די בעלי־חיים, כּדי ניט וועלן מע זאָל עקספּלואַטירן די בעלי־חיים, טייטן זיי. גאָר שאַרף וועגן דעם שרײַבט יצחק באַשעוויס אין זײַן ראָמאַן „דער קנעכט” — „אין די יאָרן געפֿאַנגענשאַפֿט האָט יעקבֿ נישט געהאַט פֿאַרזוכט קיין פֿלייש און ער האָט געהאַט באַקומען אַ ווידערווילן צו עסן גאָטס באַשעפֿענישן. שבת מוז אַ ייִד עסן פֿיש און פֿלייש, אָבער ס׳איז יעקבֿן געקראָכן פֿון האַלדז. די ייִדן זײַנען זיך באַגאַנגען מיט די באַשעפֿענישן ווי די גויים מיט די ייִדן. די ווערטער קעפּל, העלדזל, לעבערל, פֿיסל, פּופּיקל, האָבן דערוועקט אין אים אַ שוידער. יעדעס מאָל וואָס ער האָט אַרײַנגענומען אַ שטיקל פֿלייש אין מויל, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אַז ער עסט די אייגענע קינדער… ס׳האָט עטלעכע מאָל געטראָפֿן, אַז ער איז נאָך דער שבתדיקער סעודה אַרויס אין דרויסן און אַלץ אויסגעבראָכן…”
אין דער נאָוועלע „דער שוחט”, דערציילט יצחק באַשעוויס וועגן יונה־מאירן, וועלכער אויפֿן אָרט צו ווערן אַ רבֿ האָט געמוזט זײַן אַ שוחט. סוף־כּל־סוף, האַלט ער ניט אויס די שחיטות פֿון די בעלי־חיים און נעמט זיך אַליין דאָס לעבן. אָט וואָס יונה־מאיר זאָגט: „…די תּורה אַליין איז פֿון פֿעל. ס׳איז אַלץ געבויט אויף שחיטה. פֿאָטער אין הימל, ביסט אַ שוחט!… — ביסט אַ שוחט און אַ מלאך־המוות! די גאַנצע וועלט איז איין שעכט־הויז…” און ווײַטער: „…יונה־מאיר… האָט געהיפּערט איבער… ריזלדיקע וואַסערלעך. יונה־מאיר האָט געוווּסט דעם אמת: ס׳איז נישט קיין וואַסער, נאָר אַ בלוטיקער זומפּ. פֿון דער זון איז גערונען בלוט. פֿון די צווײַגן האָבן אַראָפּגעהאַנגען קישקעס, לעבערס, מילצן, נירן… מילי־מילאַסן בהמות, עופֿות האָבן אים אַרומגערינגלט, גרייט צו נעמען נקמה פֿאַר יעדן שניט, פֿאַר יעדן פּגם, פֿאַר יעדן איבערגעשניטענעם וושט, פֿאַר יעדער אויסגעציפּטער פֿעדער… ער האָט אויפֿגעהויבן אַ פֿויסט צום הימל:
— גזלן! רוצח! דבֿ שחול (פֿאַרצויקנדיקער בער)!…
אַגבֿ, באַשעוויס אַליין איז אויך געווען אַ וועגעטאַריאַנער.
איז אפֿשר טאַק האָט קין געהרגעט הבֿלען, ווײַל יענער האָט געבראַכט אַ קרבן „פֿון די ערשטלינגען פֿון זײַנע שאָף און פֿון זייערע פֿעטסטע”?
עס זײַנען דאָ וועגעטאַריאַנער, וואָס עסן ניט קיין פֿלייש, דאָך מילכיקס, אייער, האָניק עסן זיי יאָ. (אַנדערע, שטרענגע וועגעטאַריאַנער, — veganism עסן דאָס אויכעט נישט). צווישן די מילכיק־עסנדיקע וועגעטאַריאַנער געפֿינט זיך אויך אונדזער פֿרײַנד, פּראָפֿעסאָר הירשע־דוד קאַץ, וועלכער איז שוין אין פֿינפֿטן דור אַ וועגעטאַריאַנער. זײַן טאַטע, דער פּאָעט מעינקע קאַץ, האָט ניט ווייניק לידער אויף דער טעמע. צווישן זיי די ליד: „לא תּרצח!” ווי אַ בײַשפּיל עטלעכע שורות:
זאָג איך: רעד פֿון מאָרד בן־אָדם, ניט פּלאַפּל פֿון דער שיינקייט פֿון דער רויז.
שלום איז די הון וואָס בריט נײַע הינדעלעך — פֿאַנטאַסטישע פֿייגעלעך אויס:
דאָס הינדעלע אונטערן חלף פּאָרט זיך נאָר מיט חושך, מיט האַס און מיט גרויל.
אָ, אויב צום געבעט פֿון שעפֿעלע, קעגן שוחט, בלײַבט טויב ווי שטיין דער מענטש …
די ייִדישע דיכטערין טוזמאַן מלכּה, כ׳ווייס ניט צי זי איז געווען אַ וועגעטאַריאַנער, האָט אַ שפּילעוודיקע ליד, וועלכע מע קאָן צורעכענען צו אַ וועגעטאַריאַנער מיטיק. די ליד הייסט „מײַנע געסט”:
אַ בוריקל, אַ מערעלע,
און אַ ברויטל,
אַ פּאַסטערנאַק, אַ פּעטרישקע
און אַ רעטעכל אַ רויטל.
אַ ציבעלע,
אַ הייפּטל קרויט,
קאַרטאָפֿעלעך
און אַרבעסלעך אין שויט.
אַ פּאַטלעזשאַן,
אַ קאַליפֿיאָר,
שוועמעלעך
און אַ רויטער פּאַמידאָר.
און אוגערקעס
און שמעקנדיקער קריפּ.
איך באַגלעט זיי
און פֿאַרבעט זיי
און נעם זיי צו מײַן ליפּ.
איצט טראַכט איך, צי וועט אויסזען מלכּה טוזמאַנס ליד אַ שפּילעוודיקע, אַ פֿריילעכע אויב זיך פֿאָרשטעלן, אַז די בוריקלעך, מערעלעך, שוועמעלעך… האָבן אַ נשמה? טאַקע וועגן דעם זאָגן אונדז די הײַנטיקע וויסנשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען. ווי ס׳האָט געשריבן מאָטל גרוביאַן וועגן אַ רוסישן דעמב:
/דו מעכטיקער רוסישער דעמב!/ /ניט קיין האַרץ — אַ נשמה אונטער דײַן קאָרע־העמד…/
צי ווי עס שרײַבט וועגן אַ הייפּטל קרויט לייב קוויטקאָ:
…אַ קאַטשן ליגט גראָב, אַ געפּאַקטער,
דאָך טראָגט עס אַ צאַרטקייט אין זיך,
אַן איידלען, קאַפּריזנעם כאַראַקטער…
הײַנט האָט מען שוין דערוויזן, אַז די געוויקסן קאָנען דערקענען מענטשן, פֿילן מוזיק, האָבן אַ זכּרון, פֿאַרשטייען, ווען מע האָט זיי פֿײַנט און ווען מע האָט זיי ליב, בקיצור האָבן געוויסן און געפֿיל. יעדער טאָג ברענגט נײַע דערווײַזונגען, אַז די געוויקסן פֿילן אי ווייטיק אין פֿרייד, אי פּחד. נאָך די געלערנטע פֿון מיטל־אַלטער האָבן געהאַלטן, אַז יעדער בוים, יעדער בלימעלע, יעדער געוויקס־אָרגאַניזם האָט אַ נשמה, איז איינע פֿון די צאַרטלעכסטע פֿאָרמען פֿון לעבן.
אייניקע געוויקסן האָבן שטעכלקעס פּונקט אַזוינע, ווי בײַ אַ שטעכלערל, אָדער בײַ אַ שטעכל־חזיר; די אַנדערע האָבן גיפֿט ווי בײַ שלענג, די דריטע האָבן שילדן ווי בײַ טשערעפּאַכעס (שילדקרעט) אאַוו. די געוויקסן ווילן אויך ניט מע זאָל זיי עסן!
מיר קאָנען דאָ דערמאָנען דזשאַן ראַדאַריס (Gianni Rodari) מעשׂה „די אַוואַנטורעס פֿון טשיפּאָלינאָ”, וווּ די העלדן זײַנען: ציבעלעס, סיניאָר פּאָמידאָר, באַרן, מאַראַנצן, פֿאַרשיידענע יאַגעדעס… און אַלע רעדן זיי און פֿילן ווי מענטשן…
וואָס זשע טוען מיר, די מענטשן, מיט פֿרוכטן און גרינוואַרג? — רײַבן זיי אויף ריבאײַזנס, שנײַדן זיי און בראָקן, בראָטן זיי און קאָכן, פּאַרען זיי און פּרעגלען, קוועטשן אויס פֿון זיי די זאַפֿטן…
אַ מכשף פֿון איינעם אַ שבֿט האָט געזאָגט, אַז ווען ער שנײַדט אָפּ אַ געוויקס, בעט ער בײַם געוויקס מחילה און דערקלערט אים, אַז אַמאָל וועלן די געוויקס קאָנען עסן זײַן, דעם מכשפֿס טויטן קערפּער… אַן עלטסטער פֿון אַן אינדיאַנער שבֿט האָט געזאָגט, אַז פֿאַר אים צו שנײַדן דאָס גראָז אויף היי איז דאָס זעלבע וואָס אָפּשנײַדן די האָר בײַ זײַן אייגענער מאַמען…
צי וועלן קומען אַזוינע צײַטן, ווען דער מענטש וועט זיך אויך אָפּזאָגן צו עסן פֿרוכטן און גרינוואַרג? זיך אויפֿפֿירן מיט די ביימער, ווי מיט די קלענערע ברידער אונדזערע? דאָס ווייס איך ניט. וועגן דעם האָב איך ניט געפֿונען אין דער תּורה קיין וואָרט ניט, אָבער אונדזער גאָט אונדזערער איז זיכער ניט קיין וועגעטאַריאַנער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.