דער נאָמען נתן בירנבוים איז פֿאַר ס׳רובֿ „פֿאָרווערטס”־לייענער באַקאַנט ווי דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער באַרימטער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין יאָר 1908, וווּ מע האָט פּראָקלאַמירט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק. אַחוץ דער דאָזיקער פּראָקלאַמירונג, האָט די קאָנפֿערענץ זייער ווייניק אויפֿגעטאָן, אָבער אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישיזם איז זי אַרײַן ווי אַ וויכטיקער סימבאָלישער נצחון. ס׳איז אַרויס אַ היפּשע צאָל ביכער וועגן דער קאָנפֿערענץ, ספּעציעל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי, און פֿון די ביכער באַקומט דער לייענער דעם אײַנדרוק, אַז בירנבוים איז געווען אַ גרינדער פֿונעם ייִדישיזם, אַ קולטור־טוער אויפֿן זעלבן פֿאָרמאַט ווי פּרץ אָדער זשיטלאָווסקי.
נאָר איצט איז אַרויס אַ נײַע ביאָגראַפֿיע, וואָס שטעלט אַרײַן בירנבוימס ייִדיש־קאַפּיטל אינעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון זײַנע טעטיקייטן. דער היסטאָריקער דזשעס אָלסאָן האָט לאַנג זיך געגריבלט אינעם אויסערגעוויינטלעך רײַכן אַרכיוו פֿון דער בירנבוים־משפּחה און אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע פּערזענלעכע פּאַפּירן, בריוו, און אַרטיקלען מאָלט ער אַן אַרומנעמיק בילד פֿון דעם מאַן און פֿון זײַן אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה, וואָס האָט זיך כּסדר געביטן.
בירנבוים האָט (ענלעך צו זשיטלאָווסקין) אַלע פּאָר יאָר זיך געקערט אין אַן אַנדער אידעאָלאָגישער ריכטונג. אָנגעהויבן האָט ער ווי אַ ציוניסט (דאָס וואָרט אַליין — „ציוניסט” האָט ער צוגעטראַכט); דערנאָך איז ער געוואָרן אַ פֿאָלקיסט (אַ מער אַלגעמיינער מין ייִדישער נאַציאָנאַליסט); דערנאָך — אַ ייִדישיסט; דערנאָך — אַן אַגודהניק; און צום סוף — ווײַטער פֿרום, אָבער אַ ביסל מער מאָדערן. פֿון אָלסאָנס זייער פּרטימדיקער און מער באַלאַנסירטער באַשרײַבונג, שטעלט זיך אַרויס, אַז דער ייִדישיזם האָט פֿאַרנומען גאָר אַ קורצע תּקופֿה אין בירנבוימס לעבן.
ניט געקוקט אויף זײַנע אידעאָלאָגישע בלאָנדזשענישן, זײַנען געוויסע אידעען געבליבן בײַ בירנבוימען כּסדר. ער האָט, למשל, שטענדיק באַטראַכט די ייִדן ווי אַ פֿאָלק און אים צוגעטיילט אַ ביאָלאָגישע, אַ ראַסישע איינהייטלעכקייט. שפּראַך איז קיין מאָל ניט געווען דער עיקר פֿון זײַן ייִדישקייט — וואָסער שפּראַך אַ ייִד זאָל ניט רעדן, בלײַבט ער דאָך אַ ייִד. אַפֿילו ווען ייִדיש האָט געזאָלט ווערן אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק, האָט בירנבוים זיך קיין מאָל ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז די מערבֿדיקע ייִדן אָדער די ספֿרדים וועלן זיך דאַרפֿן אויסלערנען דאָס לשון. העברעיִש האָט ער אויך קיין מאָל נישט געהאַלטן פֿאַר אַ שפּראַך, וואָס איז פּאַסיק פֿאַרן ייִדישן נאַציאָנאַלן רענעסאַנס — כאָטש ער האָט געגלייבט, אַז נאָר אַ קליינער טייל וועט טאַקע קענען זיך אויסלעבן אויף העברעיִש. בירנבוים האָט אַפֿילו, אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן פּובליציסטישער טעטיקייט, אָפֿן אויסגעדריקט אַ ביטול צו ייִדיש: „דער דאָזיקער מישמאַש פּאַסט נישט ווי די שפּראַך פֿון אַ פֿאָלק, אַוודאי נישט פֿאַר אַ פֿאָלק וואָס וויל זיך אַרויפֿהייבן פֿון צוויי טויזנט יאָר גלות צוריק אַרויף צו די הייכן פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט און צו זײַן אַמאָליקער גרויסקייט”.
זײַן גאַנץ לעבן האָט זיך בירנבוים אָפּגעגעבן מיט שרײַבן און אַרויסגעבן אייגענע זשורנאַלן — אַלע אויף דײַטש, אַחוץ איינעם: „ד״ר בירנבוימס וואָכנבלאַט”, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין טשערנאָוויץ נאָך דער קאָנפֿערענץ. זײַן אינספּיראַציע אַליין צו רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש איז געקומען זייער שפּעט און דווקא פֿון זײַן זון, שלמה, וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער ייִדישער פֿילאָלאָג. שלמה האָט דעם טאַטן אַזוי לאַנג דערמוטיקט און געדרייט אַ קאָפּ ביז זייער קאָרעספּאָנדענץ איז אַריבער אין גאַנצן אויף ייִדיש — אָדער אויף אַזאַ מין אָנהייבער־ייִדיש, ווי זיי האָבן דעמאָלט נאָך געשריבן. דער דאָזיקער דורכבראָך איז געקומען בשעת אַ נסיעה קיין אַמעריקע אין 1908, ניט לאַנג פֿאַר דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.
ווי קורץ בירנבוימס ייִדישיזם האָט געדויערט קען מען דרינגען פֿון דעם, אַז שוין אין משך פֿון יענער נסיעה, נאָך שווימענדיק אויפֿן וואַסער, האָט ער צום ערשטן מאָל געשפּירט דעם רוח־הקודש און אײַנגעזען, אַז ס׳איז דאָ אַ באַשעפֿער אויף דער וועלט. פֿון אײַנזען ביז אָפּהיטן אַלע תּרי״ג מיצוות האָט, פֿאַרשטייט זיך, נאָך געדויערט אַ פּאָר יאָר, אָבער עס זעט אויס, ווי בירנבוים האָט אויפֿגעהערט צו גלייבן אין ייִדיש נאָך איידער ער האָט אין ייִדיש אָנגעהויבן גלייבן.
הײַנט איז מען צוגעוווינט, אַז אַ געבילדעטער מענטש זאָל פּלוצעם אַוועקוואַרפֿן זײַנע „טריפֿהנע” ביכלעך און אָנטאָן אַ שוואַרצע יאַרמלקע, אָבער אין יענער צײַט איז דאָס נאָך געווען אַ זעלטנקייט. קיין „בעל־תּשובֿה־באַוועגונג” האָט ניט עקזיסיטירט, דער פֿאַרקער איז געגאַנגען נאָר אין איין ריכטונג — צו וועלטלעכקייט. און אָט קומט בירנבוים, דער גרויסער דענקער, אַ גרינדער פֿון ציוניזם, און „שמדט” זיך אָפּ פֿאַר אַן אַגודהניק, פֿאַר אַ פֿירער בײַ די פֿינצטערע כּוחות פֿון רעאַקציע. סטײַטש! — האָט מען געטראַכט, דער אַלטער איז משוגע געוואָרן.
דערפֿאַר האָבן די היסטאָריקער ביז אַהער ווייניק געפֿאָרשט בירנבוימס לעצטע און אפֿשר אינטערעסאַנטסטע סטאַדיע. ער האָט געפֿירט אַ לאַנגע קאָרעספּאָנדענץ מיט אַ וויזשניצער חסיד, וואָס האָט אים אויסגעלערנט די אַלע פּיטשעווקעס פֿונעם פֿרומען לעבנס־שטייגער און דעם חסידישן מינהג. די אַגודה האָט באַלד אויפֿגענומען בירנבוימען אין איר פֿירערשאַפֿט און ער איז געפֿאָרן קיין ענגלאַנד און קיין אַמעריקע ווי איר שליח, כּדי צו שאַפֿן געלט און צוריקברענגען די ייִדן צו דער הייליקער תּורה. ער האָט געחלומט צו שאַפֿן קאָלאָניעס פֿון פֿרומע ייִדן אין ארץ־ישׂראל — אַ וויזיע, וואָס בינדט זיך צונויף מיט זײַן פֿריִערדיקן ציוניזם, און וואָס די אַגודה האָט צום טייל טאַקע אָנגענומען. אָבער נאָך עטלעכע יאָר האָט בירנבוים זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר צו ליבעראַל פֿאַר דער אַגודה, ווײַל ער האָט געהאַט צו טאָן מיט צו פֿיל אַפּיקורסים (למשל, מיטן פֿראַנקפֿורטער „לערהויז”), און ער איז שטילערהייט אַוועק פֿון איר.
בכלל מאַכט בירנבוים דעם אײַנדרוק פֿון אַ קינסטלערישער נשמה, אַ גוואַלדיק שעפֿערישן מענטש, וואָס קען ניט געפֿינען זײַן פּלאַץ, וואָס פֿילט זיך אין ערגעץ ניט אין דער היים. ער איז כּסדר געגאַנגען מיט עטלעכע טריט פֿאָרויס פֿון זײַנע מיטצײַטלער, געקומען מיט די ריכטיקע אידעען, אָבער אַ ביסל פֿאַר דער ריכטיקער צײַט. זײַן ערגסטער טעות איז אַוודאי געווען, וואָס ער האָט געמאַכט אַ שלעכטן אײַנדרוק אויף טעאָדאָר הערצלען כּמעט פֿון די ערשטע מינוטן, וואָס זיי האָבן זיך באַקענט. הערצל האָט אים גלײַך געהאַלטן פֿאַר אַ שנאָרער און גאָר אין גיכן אים אַרויסגעשטופּט פֿון דער ציוניסטישער פֿירערשאַפֿט. אויף שריט און טריט, קען מען זאָגן, אַז ס׳איז אים שטענדיק נאָכגעגאַנגען דאָס שלימזל. מע פֿרעגט זיך טאַקע: וואָס וואָלט געוואָרן פֿון דער ייִדישער געשיכטע, ווען דער אייבערשטער וואָלט בירנבוימען כאָטש אַ ביסל צוגעהאָלפֿן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.