אַנטווערפּן, בעלגיע (ייִט״אַ). — ווי אַ שוועסטער פֿונעם סאַמע וויכטיקסטן נאַצי אין בעלגיע, האָט מאַדעלען קאָרנע גוט געוווּסט, אַז ס׳איז בעסער נישט צו פֿרעגן קיין קשיות וועגן דעם אָפּשטאַם פֿון די דרײַ פֿרויען, וועלכע זי האָט געדונגען ווי דינסט-מיידלעך אין אָקטאָבער 1942. קאָרנע האָט נישט געוואָלט זיך אַרײַנמישן טיפֿער אין דעם סוד, וועלכן זי האָט שוין פֿאַרשטאַנען, אַז אירע באַדינערינס זענען ייִדן. מאַדעלענס ברודער, לעאָן דעגרעל, דער בעלגישער פּאָליטיקער און נאַצי-קאָלאַבאָראַטאָר, האָט אָרגאַניזירט די דעפּאָרטאַציע פֿון די אָרטיקע ייִדן; די פֿרויען האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן אויסצובאַהאַלטן זיך.
די אומגעוויינטלעכע מעשׂה וועגן מאַדעלען קאָרנע און איר מאַן, אַנרי, איז באַוווּסט געוואָרן בלויז מיט עטלעכע חדשים צוריק, צווישן אַ גאַנצער כוואַליע פֿון אַרטיקלען אין דער בעלגישער פּרעסע וועגן דער ראָלע פֿונעם דאָזיקן לאַנד בעתן חורבן, וועלכע עס זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
28,902 בעלגישע ייִדן זענען אומגעקומען בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. ערשט איצט, לאַנג פֿאַרשפּעטיקט, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, האָט בעלגיע זיך פּלוצעם פֿאָקוסירט אויף איר חלק אין דער חורבן-געשיכטע. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, האָט זיך אין בעלגיע געעפֿנט דער ערשטער חורבן-מוזיי; צום ערשטן מאָל, האָט די אָרטיקע רעגירונג אָנערקענט די ראָלע, וואָס זי האָט געשפּילט אין די רדיפֿות פֿון אירע ייִדישע בירגער.
דער אָנערקענונג-פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אין אויגוסט, ווען דער מעיאָר פֿון אַנטווערפּן האָט זיך מודה געווען, אַז בעלגיע איז געווען באַטייליקט אין די נאַצי-פֿאַרברעכנס. באַלד נאָך דעם איז זײַן קאָלעגע פֿון בריסל און די פֿירער פֿון עטלעכע אַנדערע מוניציפּאַליטעטן אויפֿגעטראָטן מיט ענלעכע מחילה-רעדעס. צום סוף, האָט דער בעלגישער פּרעמיער-מיניסטער, עליאָ די רופּאָ, געמאָלדן, אַז „מיר מוזן האָבן די דרייסטקייט צו זאָגן דעם אמת: די בעלגישע מלוכישע אינסטאַנצן האָבן כּסדר אָנטיילגענומען אין דער פֿאַרפֿאָלגונג פֿון ייִדן‟.
מיט אָט-די ווערטער איז דער פּרעמיער אויפֿגעטראָטן בעת אַ מעמאָריאַלער צערעמאָניע אין מעכעלען — דאָס אָרט, פֿונוואַנען מער ווי אַ דריטל פֿון דער בעלגישער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס האָט באַטראָפֿן פֿאַר דער מלחמה בערך 66,000 נפֿשות, זענען אָפּגעשיקט געוואָרן קיין אוישוויץ, לויט דעם חשבון פֿונעם מוזיי „יד ושם‟.
אינעם איצטיקן חודש, האָט אַ קאָמיטעט פֿונעם בעלגישן סענאַט אָנגענומען אַ ווייכערע ווערסיע פֿונעם פּרעמיערס ווערטער, און זיך בלויז מודה געווען, אַז „געוויסע בעלגישע אינסטאַנצן‟ האָבן געהאָלפֿן צו דעפּאָרטירן די ייִדן. לויט די מערבֿ־אייראָפּעיִשע סטאַנדאַרטן, זענען די מחילה-רייד געקומען גאַנץ שפּעט. עסטרײַך האָט אָנערקענט איר חורבן־באַטייליקונג אינעם יאָר 1993; פֿראַנקרײַך און האָלאַנד — מיט צוויי יאָר נאָך דעם.
גווידאָ יאָריס, אַ רעדאַקטאָר פֿון דער אַנטווערפּענער ייִדישער וועכנטלעכער צײַטונג ״Joods Actueel„, האָט געזאָגט, אַז אַזאַ פֿאַרשפּעטיקונג האָט צו טאָן, טיילווײַז, מיט די סיכסוכים צווישן דעם פֿלעמיש-רעדנדיקן און פֿראַנצויזיש-רעדנדיקן ראַיאָן, פֿלאַנדערס און וואַלאָניע. צוליב דעם, האָבן די צדדים פֿונעם סיכסוך נישט געקאָנט דערגרייכן אַ קאָנסענסוס וועגן אַנדערע ענינים. אַפֿילו אַזעלכע פּשוטע פֿראַגעס, ווי אַ פּראָיעקט פֿון אַ נײַעם אוניווערסיטעט אָדער אַ שפּיטאָל, ברענגען טאַקע אָפֿט צו דעבאַטן צווישן די פֿאָרשטייער פֿון די צוויי עטנישע גרופּעס, די פֿלעמישע און די וואַלונער. די געגנט-פּאָליטיקער פֿון די דרײַ אויטאָנאָמע ראַיאָנען פֿון דער קליינער ברעכיקער פֿעדעראַציע, באַציִען זיך איינער צום צווייטן מיט אַ חשד.
דער היסטאָריקער יאַן מאַעס האָט אַנטדעקט קאָרנעס מעשׂה, וועלכע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער דערמאָנטער ייִדישער צײַטונג, און אויסגעפֿונען איינע פֿון די אָפּגעראַטעוועטע דינסטן, מיטן נאָמען חנה נאַדעל, וועלכע וווינט איצט אין ישׂראל. זי האָט דערציילט, אַז פֿאַרשיידענע מענטשן, פֿאַרבונדן מיט דער נאַצי-באַוועגונג, פֿלעגן כּסדר עסן וואַרמעס אין קאָרנעס הויז, ווען די דרײַ ייִדישע פֿרויען פֿלעגן זיך אויסבאַהאַלטן אינעם קעלער. נאַדעלס מאַמע פֿלעגט צומאָל גרייטן געפֿילטע פֿיש, וואָס קאָרנע וואָלט פּרעזענטירט אירע געסט ווי אַ „מיזרחדיקער מאכל‟.
אַזעלכע בראַווע משפּחות זענען געווען אין בעלגיע נישט אַזאַ זעלטנקייט, ווי אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. 1,612 בעלגיער געפֿינען זיך אין דער רשימה פֿון חסידי-אומות-העולם — נישט-ייִדן, וועלכע האָבן געראַטעוועט ייִדן בעת דעם חורבן — לויט דער ידיעה פֿון „יד ושם‟. די דאָזיקע צאָל איז די דריט-גרעסטע אין מערבֿ־אייראָפּע, נאָך פֿראַנקרײַך (3,513 מענטשן) און האָלאַנד (5,204), און אַ סך גרעסער, ווי אין דײַטשלאַנד און איטאַליע (אַרום 500).
די משפּחה קאָרנע איז אָבער נישט אויף דער ליסטע פֿון חסידי-אומות-העולם, ווײַל נאַדעל, איצט אַ 86־יאָריקע פֿרוי, האָט קיינמאָל נישט איבערגעגעבן די אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי דעם מוזיי „יד ושם‟. אין אַן איטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, האָט נאַדעל דערקלערט, אַז זי האָט געוואָלט עס טאָן, נאָר באַשלאָסן, אַז אַזאַ פּירסום וואָלט געקאָנט ברענגען קאָרנעס משפּחה אַ היזק, צוליב אירע נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט די נאַציס.
אַזוי ווי דעגרעל, האָבן הונדערטער בעלגיער — אַרײַנגערעכנט אַ סך פּאָליציאַנטן — כּסדר געהאָלפֿן די נאַציס, דירעקט צי אומדירעקט, צו זוכן און דעפּאָרטירן די ייִדן. אַלע מוניציפּאַליטעטן האָבן געפֿאָלגט דעם נאַצי־באַפֿעל צו רעגיסטרירן אַלע ייִדן אונטער זייערע יוריסדיקציעס. בלויז דער בריסלער ראַיאָן האָט זיך אָפּגעזאָגט צו געבן די אָרטיקע ייִדן די צייכנס מיט געלע שטערנס.
אינעם יאָר 2007, האָט דער בעלגישער „צענטער פֿאַר היסטאָרישער פֿאָרשונג און דאָקומענטאַציע פֿון דער מלחמה און דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט‟, פּובליקירט אַ באַריכט אויף 1,100 זײַטן, מיטן נאָמען „די פֿאָלגעוודיקע בעלגיע‟, וווּ עס ווערן דאָקומענטירט פֿאַקטן פֿון סיסטעמאַטישער קאָלאַבאָראַציע פֿון דער מלוכה מיט די נאַצי-רדיפֿות קעגן ייִדן און ציגײַנער. די פֿאָרשונגען האָבן זיך אָנגעהויבן מיט אַ צענדליק יאָר צוריק. ערשט הײַנט, אָבער, האָט דער סענאַט אָנערקענט אַ טייל פֿון די ידיעות.
מאַעס האָט דערקלערט, אַז אויף דער פֿראַנצויזישער זײַט פֿון בעלגיע האָט די רעגירונג נישט אָפּגעהיט ווי געהעריק די נייטיקע דאָקומענטן, דערפֿאַר האָט די פֿאָרשונג פֿאַרנומען אַזאַ לאַנגע צײַט. להיפּוך, האָבן די פֿלעמישע אינסטאַנצן אַלץ פּרטימדיק אַרכיווירט. ד״ר עריק פּיכאַר, דער גרינדער פֿון דער בריסעלער „אַסאָציאַציע פֿונעם חורבן-אָנדענק‟, האָט צוגעגעבן אַן אַנדער מאָמענט, צוליב וועלכן די בעלגישע פּאָליטיקער האָבן ביז לעצטנס נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם נאַצי-גענאָציד. אינעם פֿראַנצויזיש־רעדנדיקן ראָיאָן איז אומגעקומען אַרום אַ פֿערטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און אינעם פֿלעמישן — דרײַ פֿערטל. פֿאַר דער מלמחה האָבן אין ביידע טיילן פֿון בעלגיע געלעבט בערך די זעלבע צאָל ייִדן. פֿון כּנען ליפֿשיץ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.