ניו־יאָרק. — נחמיה וועבערמאַן, אַ חסידישער קאָנסולטאַנט פֿון דער ברוקלינער סאַטמאַרער קהילה, איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אויף 103 יאָר תּפֿיסה פֿאַר דער סעקסועלער באַלעסטיקונג פֿון אַ יונג מיידל. ווען וועבערמאַן, בעת זײַנע קאָנסולטאַציע-סעסיעס, האָט אָנגעהויבן זי צווינגען צו האָבן אינטימע באַציִונגען מיט אים, איז זי אַלט געווען 12 יאָר.
ווען דאָס געריכט האָט אַרויסגעטראָגן דעם ווערדיקט, האָט וועבערמאַן — אַ 54־יאָריקער מאַן — נישט אויסגעדריקט קיין עמאָציעס און גאָרנישט געזאָגט. די געליטענע, וועלכע איז געוואָרן 18 יאָר אַלט מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָט זיך באַקלאָגט, אַז צוליב וועבערמאַנס כּסדרדיקער באַלעסטיקונג, במשך פֿון עטלעכע יאָר, האָט זי געהאַט אַ צעבראָכענע קינדהייט. „יעדעס מאָל, ווען איך קוק אַרײַן אין אַ שפּיגל, זע איך אַ פֿרעמד מיידל, וועלכע וויל נישט לעבן אין איר אייגענעם גוף‟. זי האָט דערציילט, אַז דער באַלעסטיקער פֿלעגט זי צווינגען נאָכמאַכן פֿאַרשיידענע סצענעס פֿון פּאָרנאַגראַפֿישע פֿילמען, צומאָל פֿיר מאָל אַ וואָך, בעת זײַנע אַזוי-גערופֿענע קאָנסולטאַציעס.
דער ברוקלינער דיסטריקט-פּראָקוראָר טשאַרלז הײַנס האָט געזאָגט, אַז בלויז דעם מיידלס דרייסטקייט האָט דערמעגלעכט צו פֿאַרמישפּטן דעם פֿאַרברעכער. זי איז אויסגעשטאַנען אַ שטרענגן עדות-אויספֿרעג במשך פֿון פֿיר טעג, וועלכער האָט זי געמאַכט אומבאַקוועם און געבראַכט צוריק די זכרונות פֿון דער געצוווּנגענער פֿאַרבינדונג מיטן קאָנסולטאַנט, וועלכע האָט געדוירט פֿון 2007 ביז 2010, און צוליב וועלכן זי האָט מער נישט געוואָלט לעבן.
זיצנדיק אינעם געריכט-זאַל צוזאַמען מיט איר מאַן, האָט דאָס געליטענע מיידל געמאָלדן, אַז וואָס וועבערמאַן האָט מיט איר געטאָן איז „אין אַ געוויסן זין, ערגער ווי אַ מאָרד‟ און אַז „אַזאַ וווּנד וועט זיך קאָנען אויסהיילן בלויז נאָך אַ סך יאָרן‟.
וועבערמאַנס אַדוואָקאַט, דשאָרדזש פֿאַרקאַס, האָט באַטאָנט, אַז דער פֿאַרמישפּטער אָנערקענט נישט זײַן שולד, און האָט געטענהט, אַז דער תּפֿיסה-טערמין איז צו לאַנג. „נקמה טאָר נישט האָבן קיין אָרט אינעם מישפּט‟, האָט צוגעגעבן פֿאַרקאַס.
פֿאַר וועבערמאַנען איז עס, בעצם, אַ ווירטועלער טערמין, וואָס מיינט, למעשׂה, אַז ער וועט אָפּזיצן אין תּפֿיסה זײַן גאַנץ לעבן. כּדי צו באַקומען אַ מעגלעכקייט באַפֿרײַט צו ווערן אויף תּנאַי, וואָלט ער געמוזט זײַן 107 יאָר אַלט.
אויפֿן סמך פֿון „דיילי ניוז‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.